לדלג לתוכן

טייטש יהואש תהלים פרק ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ד)


א פאר דעם געזאַנגמייסטער, מיט סטרונעשפּיל; א מזמור פון דודן.
ב אז איך רוף, ענטפער מיר, גאָט מיין גערעכטער;
אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערבּרייטערן;
לייטזעליק מיר, און הער צו מיין תּפילה.
ג איר מענטשנקינדער, ביז וואַנען
וועט מיין כּבוד צו שאַנד זיין,
וועט איר ליבּ האָבּן נישטיקייט;
וועט איר זוכן ליגן? סלה.
ד אָבּער זייט וויסן, אז גאָט שיידט אפָּ זיין פרומען,
גאָט וועט הערן אז איך וועל רופן צו אים.
ה ציטערט און איר זאָלט נישט זינדיקן,
באַקלערט אין אייער האַרצן אויף אייער גלעגער,
און ווערט אנטשוויגן. סלה.
ו שלאַכט שלאַכטאָפּפער פון גערעכטיקייט,
און פאַרזיכערט אייך אויף גאָט.
ז פיל זאָגן: ווער וועט אונדז ווייזן גוטס?
גאָט, הייב דאָס ליכט פון דיין פּנים אויף אונדז.
ח האָסטו מיר געגעבּן מער שמחה אין הארצן,
ווי בּעת זייער תּבואה און זייער וויין זיינען פיל.
ט בּשלום ווי איך לייג זיך אזוי שלאָף איך איין,
וואָרום דו גאָט מאַכסט מיך וואוינען באַזונדער אין זיכערקייט.

ביאורי פסוקים