טייטש יהואש תהלים פרק נג
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים נג)
- א פאַר דעם געזאַנגמייסטער; אויף מַחְלַת; א באַטראַכטונג פון דודן.
- ב דער נידערטרעכטיקער זאגט אין זיין הארצן: נישטא קיין גאט!
- פארדארבן זיינען זיי, און מיאוסע אומרעכט טוען זיי;
- קיינער טוט נישט קיין גוטס.
- ג גאָט האָט פון הימל געלוגט אויף די מענטשנקינדער,
- צו זען אויבּ פאראן א פאַרשטאַנדיקער וואָס זוכט גאָט.
- ד איטלאַכער איז אָפּגעפאַלן, אַלע זיינען זיי פאַרדאָרבּן,
- קיינער טוט נישט קיין גוטס, נישט צומאל איינער.
- ה פאַרוואָר, דערשפּירן וועלן די טוער פון אומרעכט,
- די וואָס עסן מיין פאָלק ווי מען עסט בּרויט,
- די וואָס רופן נישט גאָט.
- ו אָן אַנגסטן זיי אין אַנגסט, וואו קיין אַנגסט איז נישט געווען,
- וואָרום גאָט האט צעשאָטן די בּיינער פון דיין באַלעגערער;
- האָסט זיי געמאַכט צו שאַנד, ווייל גאָט האָט זיי פאַראַכט.
- ז ווען קומט פון ציון די ישועה פון ישראל?
- ווען גאָט קערט אום די געפאַנגענשאַפט פון זיין פאָלק,
- וועט לוסטיק זיין יעקב, וועט זיך פרייען ישראל.