לדלג לתוכן

טייטש יהואש תהלים פרק צ

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים צ)


א א תּפילה פון משה דעם געטלאַכן מאַן.
גאָט, דו בּיסט אונדז געווען
א באַשיצונג אין אלע דורות.
ב איידער די בּערג זיינען געבּאָרן געוואָרן,
און דו האָסט בּאַשאַפן די ערד און די וועלט,
און פון אייבּיקייט בּיז אייבּיקייט,
בּיסט דו גאָט.
ג בּרענגסט דעם מענטשן בּיז דערשלאָגנהייט,
און זאָגסט: טוט תּשובה, איר מענטשנקינדער.
ד וואָרום טויזנט יאָר איז אין דיינע אויגן
ווי דער נעכטיקער טאָג, ווען ער איז פאַרגאַנגען,
און ווי א וואַך אין דער נאַכט.
ה שטראָמסט זיי אוועק, ווי אַ דרעמל ווערן זיי;
אין פרימאָרגן ווי גראָז געוואַקסן,
ו אין פרימאָרגן געליבּט און געוואַקסן,
צום אָוונט אָפּגעשניטן פון פאַרדאַרט.
ז וואּרום מיר ווערן פארלענד אין דיין כּעס,
און אין דיין גרימצאּרן ווערן מיר פארכאפּט.
ח האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר,
אונדזערע פאַרבּארגענישן פאַרן ליכט פון דיין פּנים.
ט וואָרום אַלע אונדזערע טעג פאַרגייען אין דיין גרימצאָרן,
מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אזוי ווי א הויך.
י די טעג פון אונדזערע יאָרן, זיי זיינען זיבּעציק יאָר,
און אז אין גבורה, איז אכציק יאָר;
און זייער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;
וואָרום גיך פאַרגייט עס, און מיר פליען אוועק.
יא ווער פאַשטייט די מאַכט פון דיין כּעס,
אז ווי דיין מוראדיקייט אזוי איז דיין גרימצאָרן?
יב לערן אונדז ריכטיק צו ציילן אונדזערע טעג,
כּדי מיר זאָלן קריגן א האַרץ פון חכמה.
יג קער זיך אום, גאָט, ווי לאַנג נאך?
און דערבּאַרים זיך אויף דיינע קנעכט.
יד זעטיק אונדז אין פרימאָרגן מיט דיין חסד,
כּדי מיר זאָלן זינגען און זיין פריילאַך אין אלע אונדזערע טעג.
טו דערפריי אונדז ווי די טעג וואָס דו האָסט אונדז געפּייניקט,
די יאָרן וואָס מיר האבן געזען בּייז.
טז זאָל באוויזן ווערן דיין טואונג צו דיינע קנעכט,
און דיין פּראַכט אויף זייערע קינדער.
יז און זאָל די ליבּלאַכקייט פון יהוה אונדזער גאָט זיין אויף אונדז;
און בּאַפעסטיק פאַר אונדז דאָס ווערט פון אונדזערע הענט,
יאָ, דאָס ווערט פון אונדזערע הענט, באַפעסטיק עס.

ביאורי פסוקים