טייטש יהואש תהלים פרק י
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים י)
- א פֿאַר װאָס, גאָט, שטײסטו פֿון דער װײַטן, פֿאַרהױלסטו זיך אין צײַטן פֿון נױט?
- ב מיט גאװה פֿון רָשע יאָגט מען דעם אָרימאַן; זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!
- ג װאָרום דער רָשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון זײַן זעל, און דער גײציקער רימט זיך: ער שפּאָט פֿון גאָט.
- ד דער רָשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון זײַן פּנים: מע מאָנט ניט; „ניטאָ קײן גאָט”, זײַנען אַלע זײַנע טראַכטונגען.
- ה זײַנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צײַט, װײַט איבער אים זײַנען דײַנע משפּטים; אַלע זײַנע פֿײַנט – ער בלאָזט אױף זײ.
- ו ער זאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל ניט אומפֿאַלן, אױף דָור-דורות ניט זײַן אין קײן בײז.
- ז מיט קללות איז פֿול זײַן מױל, און מיט באַטרוג און דריקונג, אונטער זײַן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן.
- ח ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן, אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן; זײַנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן.
- ט ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין זײַן צודעק, ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרימאַן; ער כאַפּט דעם אָרימאַן, אַז ער ציט אים אין זײַן נעץ.
- י ער דריקט זיך, ער בײגט זיך, ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין זײַנע קלױען.
- יא ער זאָגט אין זײַן האַרצן: פֿאַרגעסן האָט גאָט; ער האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, ער װעט אױף אײביק ניט זען.
- יב שטײ אױף יהוה, גאָט, הײב אױף דײַן האַנט, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן די געדריקטע.
- יג פֿאַר װאָס לעסטערט דער רָשע גאָט, זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט ניט?
- יד דו האָסט געזען; װאָרום דו קוקסט צו לײַד און קומער, כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט.
- טו אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער, דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער. צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם רָשע, און בײַם שלעכטן זאָלסטו זוכן זײַן בײז ביז װעסט מער ניט געפֿינען.
- טז גאָט איז אַ מלך אײביק און שטענדיק, די פֿעלקער גײען אונטער פֿון זײַן לאַנד.
- יז דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט, גאָט; פֿעסטיקסט זײער האַרץ, נײַגסט צו דײַן אױער;
- יח צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן; אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער ניט שרעקן.