טייטש יהואש תהלים פרק ז
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ז)
- א א שגיון פון דודן, וואָס ער האָט געזונגען צו גאָט פון וועגן כּוש דעם בּנימינער.
- ב גאָט מיין האַר, אין דיר האָבּ איך מיך געשיצט,
- העלף מיך פון אַלע מיינע נאָכיאָגער, און זיי מיך מציל,
- ג מען זאָל נישט פאַרצוקן ווי א לייבּ מיין זעל,
- צערייסן, און קיינער זאָל נישט מציל זיין.
- ד גאָט מיין האַר, אויבּ איך האָבּ אַזוי וואָס געטאָן,
- אויבּ אומרעכט איז דאָ אין מיינע הענט,
- ה אויבּ איך האָבּ געטאָן בּייז מיין גוטן פריינט,
- אָדער באַרויבט צומאָל מיין אומזיסטיקן פיינט.
- ו זאָל דער שונא מיך נאָכיאָגן און דערגרייכן,
- און טרעטן צו דער ערד מיין לעבּן,
- און מיין כּבוד אין שטויב לייגן. סלה.
- ז שטיי אויף, גאָט, אין דיין כּעס,
- דערהייבּ דיך אין גרימצאָרן קעגן מיינע פיינט,
- און דערוועק פאַר מיר דעם משפט וואָס דא האָסט אָנגעזאָגט.
- ח און ווי די עדה פון די פעלקער דיך רינגלט ארום,
- קער זיך אום איבּער איר צו דער הייך.
- ט גאָט, וואָס משפּטסט די פעלקער, משפּט מיך, גאָט,
- לויט מיין גערעכטיקייט און לויט מיין ערלאַכקייט אין מיר.
- י זאָל שוין זיך עקן דאָס בּייז פון די רשעים,
- און דו זאָלסט אויפריכטן דעם צדיק;
- וואָרום דו פּרואווסט די הערצער און נירן,
- גאָט דו גערעכטער.
- יא מיין באַשיץ איז אויך גאָט;
- ער העלפט די רעכטפאַרטיקע הערצער.
- יב גאָט איז א גערעכטער ריכטער,
- און אַ צערנדיקער גאָט אַלע טאָג.
- יג פאַרוואָר, ער שלייפט נאָכאַנאַנד זיין שווערד,
- ער שפּאַנט זיין בּויגן און שטעלט אים אָן.
- יד און ער גרייט זיך אָן געצייג פון טויט,
- ער מאַכט בּרענעדיק שאַרף זיינע פיילן.
- טו זע, ער אַנטפאַנגט אומרעכט,
- און ער טראָגט אומגליק, און געבּערט ליגן.
- טז ער גראָבּט א גרובּ און הוילט זי אויס,
- און פאַלט אין דעם אָפּגרונט וואָס ער מאַכט,
- יז זיין אומרעכט וועט זיך אומקערן אויף זיי קאָפּ,
- און אויף זיין שאַרבּן וועט נידערן זיין פאַרבּרעך.
- יח איך וועל לויבּן גאָט לויט זיין גערעכטיקייט,
- און באַזינגען דעם נאָמען פון גאָט דעם אויבּערשטן.