טייטש יהואש תהלים פרק טז

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים טז)


א אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן. באַהיט מיך, גאָט, װאָרום איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
ב האָסט געזאָגט צו גאָט: מײַן האַר ביסטו, מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר.
ג די הײליקע װאָס זײַנען אױף דער ערד, זײ זײַנען די פֿירשטן װאָס אַל מײַן באַגער איז צו זײ.
ד זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן; איך װעל ניט גיסן זײערע גיסאָפּפֿער פֿון בלוט, און ניט נעמען זײערע נעמען אױף מײַנע ליפּן.
ה גאָט איז מײַן באַשערטער טײל און מײַן בעכער; דו האַלטסט אױף מײַן גורל.
ו חלקים זײַנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע, יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.
ז איך לױב גאָט, װאָס ער האָט מיר געראָטן, יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײַנע נירן געלערנט.
ח איך האַלט גאָט פֿאַר מיר תּמיד, װאָרום אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך ניט אומפֿאַלן.
ט דרום איז פֿרײלעך מײַן האַרץ, און לוסטיק מײַן זעל, אױך מײַן לײַב רוט אין זיכערקײט.
י װאָרום װעסט ניט איבערלאָזן מײַן זעל צו דער אונטערערד, װעסט ניט לאָזן דײַן פֿרומען זען די גרוב.
יא װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים, תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.

ביאורי פסוקים