טייטש יהואש תהלים פרק ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ו)


א פאר דעם געזאַנגמייסטער, מיט סטרונעשפּיל, אויף שמינית; א מזמור פון דודן.
ב נישט אין דיין כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, גאָט,
און נישט אין דיין גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפן.
ג לייטזעליק מיך, גאָט, וואָרום איך ווער פאַרשניטן,
הייל מיך, גאָט, וואָרום מיינע בּיינער זיינען דערשראָקן,
ד און מיין זעל איז דערשראָקן זייער,
און דו גאָט, בּיז וואַנען?
ה קער זיך אום, גאָט, דערלייז מיין זעל,
העלף מיך פון וועגן דיין גענאָד.
ו וואָרום נישטאָ אין טויט דיין דערמאָנונג,
אין אונטערערד וועט וועט דיך לויבּן?
ז איך בּין מיד פון מיין זיפצן,
איך בּין באַוואש אַלע נאַכט מיין געלעגער,
איך מאַך צעגיין אין מיינע טרערן מיין בּעט.
ח מאַט געוואָרן פון קומער איז מיין אויג,
אַלט געוואָרן פון וועגן אַלע מיינע פיינט.
ט קער אייך אָפּ פון מיר, אַלע טוער פון אומרעכט,
וואָרום גאָט האָט געהערט דעם קוֹל פון מיין געוויין.
י גאָט האָט געהערט מיין געבּעט,
גאָט נעמט אן מיין תּפילה.
יא פאַרשעמט און דערשראָקן זייער
וועלן ווערן אַלע מיינע פיינט;
זיי וועלן אָפּטרעטן פאַרשעמט אין א רגע.

ביאורי פסוקים