טייטש יהואש תהלים פרק יב
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים יב)
- א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שמינית; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
- ב העלף, גאָט, װאָרום געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע, װאָרום אױסגעגאַנגען זײַנען די געטרײַע פֿון די מענטשנקינדער.
- ג פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן, מיט אַ גלאַטער ליפּ, מיט אַ צװײיִקן האַרצן רעדן זײ.
- ד גאָט זאָל פֿאַרשנײַדן אַלע גלאַטע ליפּן, די צונג װאָס רעדט גרױס!
- ה די װאָס זאָגן: מיט אונדזער צונג זײַנען מיר שטאַרק, אונדזערע ליפּן זײַנען מיט אונדז, װער איז אונדז אַ האַר?
- ו פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע, פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע, אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט גאָט; איך װעל באַשערן מיט הילף דעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.
- ז די װערטער פֿון גאָט זײַנען רײנע װערטער, זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד, זיבן מאָל געלײַטערט.
- ח דו גאָט װעסט זײ היטן, װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן דוֹר.
- ט אומעטום גײען אום די רשָעים, װען געמײנקײט װערט דערהױבן בײַ די מענטשנקינדער.