לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כד

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כד דינים פון קריאת ספר תורה און פון הגבה וגלילה. אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. נאך דעם לייענען זאגט מען חצי קדיש. און אין שבת און יום טוב זאגט מען חצי קדיש פאר מפטיר, חוץ ביי מנחה פון שבת אדער פון א תענית, אז מען זאגט נישט חצי קדיש, ווייל מען זאגט באלד פאר שמונה עשרה.

ב. דער מגביה דארף עפענען אין ספר תורה דריי עמודים, און ווייזן פאר דעם עולם רעכטס און לינקס, פון פאָרנט (= פראָנט), און אויך פאר דעם עולם וואס הינטער אים.

ג. דער וואס איז גולל דארף זען אז נאך דער גלילה זאל דער תפר (דאס הייסט וואו די יריעות זיינען גענייט) אויסקומען אין מיטן. און צו וועלכן תפר ער וועט געשווינדער (= גיכער) קענען גולל זיין, זאל ער גולל זיין.

ד. אין מאנטיק און אין דאנערשטיק זאגט דער חזן נאך הגבה די יהי רצון, און דער עולם דארף הערן און ענטפערן אמן. נאר אין דעם טאג וואס מען זאגט נישט קיין תחינה, זאגט מען נישט יהי רצון.

ה. עס איז א מצוה ווען מען גייט מיט דעם ספר צוריק צו דעם ארון הקודש, אז דער מגביה און דער גולל, אויך פאר דעם (מענטשן) וואס דער ספר גייט פארביי, צו באגלייטן די ספר תורה.

ו. א מנין אין אזוי א ארט וואס עס איז נישט קיין ספר, זאל כאטשע איינער הויך לייענען פון א חומש.