לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כה

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


סימן כה דינים פון קדיש יתום. אנטהאלט אכט סעיפים.

א. דאס ענין פון קדיש זאגן איז זייער גרויס, אזוי ווי מיר געפונען כמה מעשיות וואס קינדער האבן מציל געווען עלטערן פון דין גיהנום. און (ווען) דער יתום קען דאווענען פאר דעם עמוד איז בוודאי מיין (= מער) מעלה און חשובער פון קדיש זאגן. און דער עיקר פעולה טוט מען עלטערן, אז מען פירט זיך בדרך הישר איז מען זיי מזכה, און אז חלילה מען פירט זיך נישט בדרך הישר, איז מען זיי נעבעך מבזה. און אויף די עלטערן ליגט דעם חיוב צו זען מאכן אלע מעגליכקייטן דאס זייערע קינדער וואס זייער גאנצע ארבעט איז אויף זיי, דאס זיי זאלן גיין בדרך הישר צו גאט, און צו לייט.
און אום (= צום) ווייניקסטן איבערלאזן א צוואה דאס זיי זאלן זיך האלטן אין א געוויסע מצוה וואס עס וועט זיין מיין פעולה ווי דער קדיש. און די קינדער דארפן צו האבן זייער מענטשליכקייט אין זיך איבערצוקלערן זיך, דאס ווי אזוי קען מען אזוי פארדארבן זיין מיינע עלטערן וואס האבן מיך דערצויגן, און האבן פאר מיר אפּגעארבעט זייער גאנץ לעבן מיט פיל מי, דאס פאר געוויס וואלטן זיי לענגער געלעבט ווען נישט דאס צער פון די קינדער, היינט זאלן זיי נאך איבער אייערע מעשים רעים, חלילה אויף יענער וועלט מבוזה ווערן, איר דארף אייך איבערקלערן דאס איר וועט אויך נישט אייביק לעבן, און די זאך וועט אייך אויך נישט שמעקן.

ב. דער מנהג איז, דאס יעדער יתום זאגט קדיש נאר עלף חודשים. אז די עלטערן זענען געשטארבן פינף טאג אין חשון זאל ער אויפהערן צו זאגן איבער א יאר אין פערטן טאג פון תשרי, און אין אן עיבור יאר מיט נאך א חודש פריער, דאס הייסט אין דעם פינפטן טאג פון תשרי (אדער אין פינפטן טאג פון אלול אין אן עיבור יאר) זאל ער נישט זאגן. און דרום (= דעריבער) זאגט מען נאר עלף חודשים בכדי נישט מחזיק צו זיין די זאך דאס די עלטערן זיינע זענען געוויס רשעים, וואס דער משפט פון די רשעים איז צוועלף חודשים, נאר ווען די עלטערן זיינע זענען געווען ווירקלעכע רשעים, דארף ער זאגן קדיש צוועלף חודשים.

ג. אן אבל אין די שבעה קערן צו אים אלע קדישים, אפילו דער אבל איז א קטן, אדער אן אורח. און אפילו אין שבת ויום טוב וואס ער דארף נישט זיצן שבעה, נאר עס איז אין דעם זיבעטן טאג פון דער קבורה, קומט אים אלע קדישים. אויסער אזוי איינער וואס זיצט שבעה נישט אין דער צייט, ווייל ער האט ערשט געהערט פון דער בשורה נאך שבעה, דעם, קומט נישט אלע קדישים.

ד. אז עס איז דא א יארצייט, און דער בן שבעה איז א קטן וואס גייט אין די שבעה אלע טאג אין שול, דעמאלט קומט דער יארצייט אויך א בן שלשים א קדיש, און אז עס איז דא א סאך יארצייטן קומט יעדן א קדיש, אפילו אז עס וועט נישט איבערבלייבן פאר דעם קטן קיין קדיש. אבער אז עס איז דא א סאך בן שלשים קומט דעם קטן אויך א קדיש. און ווען דער בן שבעה איז א גרויסער דאס ער איז געקומען נאר שבת אין שול, כאטשע מען מאכט ביי אים אלע טאג מנין, פונדעסטוועגן קומט אים אלע קדישים, סיידן עס איז נאר דא א יארצייט (זאגט ער אלע קדישים, אחוץ איין קדיש, און[1]) זאל מען ווארפן אויף א קדיש גורל. און ווען דער גדול איז פטור פון צו זיצן שבעה דורך א רגל, האט ער א דין פון א קטן.

ה א יארצייט האט מיין (= מער) רעכט צו קדיש ווי א בן שלשים, און א בן שלשים פאר אזוי אן אבל, און א תושב פאר אן אורח, איבער דעם זאלן די וואס האבן מיין (= מער) רעכט צו קדיש, זאגן רבנן קדיש מיט דעם קדיש וואס נאך עלינו, און די איבעריקע אבלים זאגן אנדערע קדישים.

ו. דער וואס דאווענט אלע מאל אין א שול און קומט אין אן אנדער שול זאגן קדיש, דער האט גאר קיין רעכט נישט, אפילו ווי אן אורח אויך נישט, דאס אפילו אין די שבעה קענען אים די אנדערע אבלים מדחה זיין.

ז. די וואס האבן א גלייכן זכות צו קדיש זאגן, זיי ווארפן גורל אויף די קדישים. און אין יעדער שטאט דארף מען איינפירן א רעכטן מנהג מיט די קדישים, דאס עס זאל נישט קומען צו קיין מחלוקת (נישט).

ח. ווער עס האר געהאט יארצייט, און האט קיין קדיש נישט געזאגט, דאס ער האט פארגעסן, אדער ער איז געווען אונטערוועגנס, אדער ער איז געווען קראנק, קען ער זאגן קדיש אין דעם מעריב פון דער נרכט וואס נאך דער יארצייט.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. עיין קיצור שולחן ערוך כו סעיף ב