לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ז

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ז דינים ציצית. אנטהאלט עלף סעיפים.

א. די מצוה פון ציצית איז זייער גרויס, דען די תורה הענט אן אין דער מצוה אלע מצות, אזוי ווי דער פסוק זאגט "וראיתם אותו", ווען איר וועט זען די ציצית "וזכרתם את כל מצות ה", וועט איר געדענקען אלע מצות פון גאט. איבער דעם דארף מען זייער נזהר זיין אין דער מצוה, אז דער טלית קטן און דער ארבע כנפות זאל זיין כשיעור מיט גוטע ציציות.

ב. יעדעס קלייד וואס האט ארבע כנפות, פיר עקן, און מען טוט עס אן, מוז עס האבן ציצית. חוץ פון א לעדערן (קלייד מיט) ארבע כנפות איז פטור פון ציצית.

ג. דאס לעכל פון יעדער כנפע וואס מען הענגט אן אין איר ציצית, טאר נישט זיין אפגערוקט פון דעם עק כנפע סיי אין דער לענג סיי אין דער ברייט, מיין (= מער) פון דריי אגודלים. (דאס מיינט דריי מאל צו מעסטן מיט דער ברייט פון דער ערשטער העלפט פון דעם גראבן פינגער). אויך זאל עס נישט זיין ווינציקער ווי די לענג פון דער ערשטער העלפט פון גראבן פינגער.

און די פעדעם וואס זיינען געהענגען נאך אין עק פון דעם קלייד ווי עס גייט ארויס פון וועבער, ווערן נישט צוגערעכענט צו דעם בגד.

ד. ווען די כנפע האט זיך איבערגעריסן אז די ציצית איז ארויסגעפאלן, טאר מען נישט צוריק אריינמאכן (= אריינלייגן) די גאנצע ציצית און צו נייען, נאר מען מוז צום ערשטן צו נייען די כנפע, און דער נאך אנמאכן א ציצה.

ה. פינף טאפעלע קניפן מוז זיין אין יעדער ציצית. דאס הייסט אזוי ווי ער שטעקט אריין די דריי פעדעם מיט דעם שמש און טאפעלט זיי אין צוויי אז עז זאל אויסקומען אכט פעדעם, זאל ער צוויי מאל צו קניפן, דער נאך נעמט מען דעם שמש און מען וויקלט ארום די ציצית זיבן מאל. און מען מאכט ווייטער צוויי קניפן, און וויקלט ווייטער מיט דעם שמש ארום דער ציצית אכט מאל. און מאכט ווייטער צוויי קניפן, דער נאך וויקלט מען ארום עלף מאל ארום מיט דעם שמש. און מאכט ווייטער צוויי קניפן, דער נאך וויקלט מען ארום דרייצן מאל, און מען מאכט צוויי קניפן.

ו. א בלינדער איז אויך מחויב צו גיין אין ציצית. און מען טאר נישט גיין בייטאג פיר איילן (= אמות) אן ציצית, אבער ביי נאכט איז מען פטור פון ציצית. נאר המהדרין במצות זיינען זיך נוהג צו שלאפן אין טלית.

ז. יעדע ציצית בעת ווען מאכט זי אן, מוז זי האבן אכט פעדעם. נאר ווען נאך דעם אנמאכן איז אפגעריסן געווארן איין פאדעם, אז עס איז נאר דא זיבן פעדעם, איז אויך כשר. אבער ווען עס איז אפגעריסן געווארן צוויי פעדעם, אז עס איז שוין מער נישט ווי זעקס פעדעם, מוז ער תיכף דעם טלית אויסטאן. סיי ווען ער איז אין דער היים, און סיי ווען ער האט דאס דערזען אין שול. נאר ווען ער האט דערזען אין שבת אין שול א פסולע ציצית, איז ער נישט מחויב אויסצוטאן דעם טלית.[1] און ווען מען דערזעט אין טלית קטן א פסולע ציצית, בעת ווען ער איז אין שול, איז מען אפילו אין דער וואך אויך נישט מחויב אויסוטאן דעם טלית קטן אדער דאס ארבע כנפות.[2]

ח. יעדער טאג פאר דעם דאווענען דארף מען בודק זיין די ציצית אויס זיי זיינען כשר וישר. אבער ווען ער האט קיין צייט נישט, דהיינו מען רופט אים אויף, צום ספר, אדער ווען ער וויל דאווענען בצבור, איז גענוג די נעכטיקע בדיקה.

ט. ווען מען טוט אן ארבע כנפות דארף מען מאכן די ברכה שטייעדיקערהייט על מצות ציצית. אבער ווי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז פארטאגס, אדער ער האט זיך נאך נישט געוואשן בעת ווען ער טוט אן דעם ארבע כנפות, זאל ער שפעטער נאך אמאל די ציצית נעמען אין דער האנט אריין, און מאכן די ברכה. אבער ווען ער איז באווייבטער (= פאַרהייראַט, נשוי) אז ער האט א טלית גדול, זאל ער מיט דער ברכה פון טלית גדול אין זינען האבן מוציא צו זיין די ברכה פון דעם טלית קטן אויך.

י. ווען מען טוט אויס דעם טלית אויף א דעה נישט באלד אנצוטאן, און דערנאך האט ער זיך מיישב געווען, און האט אים תיכף געוואלט נאך אמאל אנטאן, מוז ער נאך א מאל מאכן די ברכה איבער דעם טלית. אבער ער האט אים אויסגעטאן אויך דער דעה צוריק אנצוטאן, דארף מען נישט נאך אמאל א ברכה צו מאכן. אויך ווען דער טלית איז פון אים אין גאנצן אראפגעפאלן, מוז ער ביי דעם אנטאן נאך אמאל א ברכה מאכן.

יא. די ציצית פון דעם טלית זאלן זיך נישט שלעפן אויף דער ערד. אויך ווען דער טלית אדער די ציצית ווערן קאליע, מוז מען זיי באהאלטן[3]. און מען טאר זיי נישט ניצן נאר צו א הייליקע זאך, דען (= ווייל) זיי האבן אין זיך א גרויסע קדושה.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. דא רעדט מען ביי א טלית גדול ווי מ'זעט ווייטער, און ביי א טלית גדול נישטא א גרויסער בזיון אויסצוטאן אין שול, דעריבער ווען דאס איז מיטן וואך ער איז מחויב אויסצוטאן דעם טלית באלד, ווייל ער גייט אריבער יעדן מינוט אויך א עשה צו לייגן ציצית. אבער אין שבת וואס טאר נישט לייגן ציצית ער גייט נישט אריבער אויף מצות עשה, נאר עס איז דא איסור דרבנן, און כבוד הבריות אפילו מיט א קליינעם בזיון שטופט אפ איסור דרבנן. מ"א סימן יג סק"ח
  2. ווייל אויסצוטאן דעם טלית קטן איז א גרויסער בזיון, און כבוד הבריות שטופ אפ אפילו איסור דאורייתא בשב ואל תעשה אין א פאל פון א גרויסן בזיון. מ"א סימן יג סק"ח
  3. און נישט ווארפן במקום בזיון. קיצור שולחן ערוך סימן ט סעיף יט