לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יט

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן יט דינים פון תחנון. אנטהאלט אין ניין סעיפים.

א. עס איז גלייך נישט צו רעדן קיין שיחת חולין צווישן שמו"ע און תחנה. און אין דער פרי פאלט מען תחנה אויף דער רעכטער האנט, ווייל מען האט אויף דער לינקער האנט די תפילין, און ביי מנחה אויף דער לינקער האנט. אויך ווען עס לייגט נאך נישט קיין תפילין פאלט תחנה אויף דער לינקער האנט.

ב. מען זאגט תחנה זיצנדיק, אויך ואנחנו לא נדע דארף מען זאגן זיצנדיק. און ביי נעשה כי עליך וכו', זאל מען זיך אויפשטעלן. נאר אז מען קען נישט זיצן מאכט נישט אויס.

ג. ביי אן אבל ר"ל, זאגט מען נישט תחנה. נאר אז דער אבל דאווענט אין שול, זאגט דער אבל אליין נישט קיין תחנה, און דער עולם זאגט.

ד. אין דער שול וואו עס איז א ברית מילה, אדער דער בעל ברית, אדער דער סנדק, אדער דער מוהל דאווענט דארט, אפילו מען איז מַלֶע אין אן אנדער שטוב, זאגט מען נישט קיין תחנה אין דער פרי. אויך אז מען דאווענט מנחה אין דער ארט וואו דאס קינד פון ברית מילה (דהיינו בבית התינוק. קיצור שולחן ערוך כב) איז פאר דער סעודה אדער פאר דעם בענטשן, זאגט מען נישט קיין תחנה. נאר אז מען דאווענט דארט נאך דעם בענטשן, זאגט דער בעל ברית, און דער מוהל, נישט קיין תחנה, אבער דער עולם זאגט.

ה. דארט וואו עס דאווענט חתן וואס ער איז געווען א בחור, אדער די כלה איז געווען א בתולה, זאגט ען גאנץ שבעת ימי המשתה נישט קיין תחנון. אבער ביי אן אלמן וואס האט גענומען אן אלמה, זאגט מען נאר דריי טאג נישט קיין תחנון. און ביי א חתן אין חופה טאג, זאגט מען ביי מנחה נישט תחנון.

ו. מען פאלט נאר ביי תחנה אויף דעם ארט וואו עס איז דא א ספר תורה, אויך אין פּאליש ווען די טיר אין שול אריין איז אפן, אבער אויף דעם ארט וואו עס איז נישט דא קיין ספר תורה, זאגט מען אזוי די תחנה נישט פאלענדיק.

ז. אין די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון: חמשה עשר באב, חמשה עשר בשבט, חנוכה, ראש חודש, פורים, אויף פורים קטן ביידע טעג, ל"ג בעומר, ערב יום כפור, ערב ראש השנה, (נאר פארטאגס ביי סליחות זאגט מען יא). דעם גאנצן חודש ניסן, און פון ר"ח סיון ביז נאך אסרו חג, און תשעה באב, אויך נישט אין די טעג וואס צווישן יום כפור און סוכות, אויך אסרו חג פון סוכות, אויך ביי מנחה פון דעם טאג וואס פאר די טעג זאגט מען נישט קיין תחנה. נאר ביי מנחה פון פאר יום כפור, און פאר ערב ראש השנה, זאגט מען יא.

ח. דעם טאג וואס דער אייבערשטער האט מוחל געווען דעם חטא עגל, און משה רבינו איז ארויפגעגאנגען נעמען אנדערע לוחות איז געווען אין דאנערשטיק, און איז אראפגעגאנגען אין פערציק מעת לעת אין מאנטיק, איבער דעם זענען די טעג ימי רצון, און מען זאגט פאר תחנה והוא רחום שטייענדיקערהייט בכוונה. און ווען מען זאגט נישט תחנה, זאגט מען נישט לאנג והוא רחום.

ט. נאך תחנה זאגט דער חזן חצי קדיש, און אום (= אין) מאנטיק און דאנערשטיק זאגט מען אל ארך אפים שטייענדיק, אפילו ווען מען זאגט נישט תחנה. נאר אז עס קומט אויס אין די טעג זאגט מען נישט: ר"ח, חנוכה, פורים, און פורים קטן ביידע טעג, ערב פסח, ערב יום כפור, תשעה באב, אויך נישט ביי אן אבל. און אין דעם זעלבן טאג וואס מען דארף נישט זאגן אל ארך אפים, זאגט מען אויך נישט למנצח וואס צווישן אשרי ובא לציון. אויך ווען דער טאג געפאלן געוויינטלעך נישט אום מאנטיק און נישט אום דאנערשטיק.