לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן י

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן י דינים פון הכנת הגוף לתפילה. (פאַרגרייטן[1]זיך צום דאווענען, אויך פון דעם ארט ווי עס איז גלייך (= געהעריק) צו דאווענען. אנטהאלט פינף סעיפים.

א. עס שטייט אין פסוק "הכון לקראת אלהיך ישראל", דאס איז דער טייטש: גרייט דיך אן (= גרייט זיך אן) קעגן השי"ת ווי פאר א מלך, און אויף די ערטער וואס דער מנהג איז צו גיין אין א גארטל, איז מען מחויב צו גיין אין א גארטל ווען מען דאווענט.

ב. עס איז גלייך (= געהעריק) צו געבן צדקה פאר דעם דאווענען. אויך זאל ער אויף זיך מקבל זיין די מצוה "ואהבת לרעך כמוך", אז ער זאל יעדן מענטש ליב האבן, ווי זיין לעבן. און דורך דעם וועט זיין תפילה אנגענומען ווערן.

ג. מען איז מחויב צו פרווון זיך (= מיען זיך = אנשטרענגען זיך) בנקיות פאר דעם דאווענען. און ווען מען פילט עפעס אז מען דארף ארויסגיין, טאר מען זיך נישט שטעלן דאווענען, ביז נאך נקיות, אפילו דאס מנין וועט דערווייל אפדאווענען. אויך אז ער וועט עובר זיין דעם זמן קריאת שמע ותפילה[2]

ד. מען דארף זיך וואשן די הענט פאר דעם דאווענען. אויך זאל מען זיך משתדל זיין צו דאווענען בצבור און זיך קובע זיין א שטענדיק ארט, און נישט נעבן א רשע. און ווען ער מוז דאווענען בצבור אין דער היים ביחידות, זאל ער על כל פנים זען צו דאווענען אין דער צייט ווען דאס צבור דאווענט, דען דענסטמאל איז אן עת רצון.

ה. די שטאט לייט קענען נייטן איינער דעם אנדערן צו מויערן א שול, און צו קויפן ספרים צו לערנען. אויך אז מען זאל זען צו דאווענען מיט א מנין.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אויף דייטש פאָרברייטן, ווי עס שטייט אינעווייניק.
  2. וואס שרייבט ער אויך דאס (= אז) ער וועט עובר זיין זמן קריאת שמע ותפילה עכ"ל. דאס נישט אזוי פשוט, אין משנה ברורה (סימן צב ה) ברענגט "אך אם על ידי זה שיבדוק עצמו יעבור זמן תפילה לגמרי הסכים המ"א ושאר אחרונים שמותר להתפלל אם הוא משער שיוכל לעצור שיעור שעה וחומש".