קיצור שו"ע עברי טייטש סימן טז

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


אדם טז.gif

(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן טז דינים פון משיב הרוח און טל ומטר. אנטהאלט אכט סעיפים

א. מען הייבט און צו זאגן משיב הרוח ביי דעם מוסף פון שמיני עצרת. און דער שמש זאל אויסרופן פאר דעם שטילן שמונה עשרה. און אוזי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט נישט אויסגערופן, זאל מען ביי דעם שטילן שמונה עשרה נישט זאגן. און דער וואס דאווענט ביחידות, אדער דארפ'ס לייט וואס האבן נישט קיין מנין, זאלן ווארטן מיט דעם מוסף דאווענען ביז דער צייט וואס זיי וועלן זיך משער זיין, אז מען האט שוין אין שטאט דער חזן געזאגט "משיב הרוח", דעמאלט זאלן זיי דאווענען מוסף און זאגן. און מען זאגט משיב הרוח ביז דעם הויכן שמונה עשרה פון מוסף פון דעם ערשטן טאג פסח. נאר אויף די ערטער וואס מען זאגט אום (= אין) זימער "מוריד הטל" זאל דער שמש אויף אויסרופן פאר דעם שטילן שמונה עשרה פון מוסף, דעמאלט זאל שוין דער עולם באלד ביי דעם שטילן שמונה עשרה אויפהערן צו זאגן משיב הרוח. און דער וואס דאווענט ביחידות זאל אויך משער זיין די צייט וואס די שטאט לייט האבן שוין געדאווענט, דאן זאל ער שוין נישט זאגן משיב הרוח.

ב. אז מען פארגעסט צו זאגן אום (= אין) ווינטער משיב הרוח ומוריד הגשם, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך דערמאנט איידער ער האט אנגעהויבן צו זאגן ואתה קדוש, זאגט ער משיב הרוח אויף דעם ארט וואו ער האט זיך דערמאנט. אבער אז ער האט שוין אנגעהויבן ואתה קדוש, מוז ער נאך אמאל אנהייבן שמונה עשרה. נאר אז ער האט פארגעסן אין מעריב, אדער אין שחרית, אדער אין דעם שטילן שמונה עשרה פון מוסף דעם ערשטן טאג פסח צו זאגן משיב הרוח, דארף ער די שמונה עשרה נישט איבערצודאווענען.

ג אויף די ערטער וואס מען זאגט זומער משיב הרוח ומוריד הטל, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט פארגעסן און האט אום (= אין) ווינטער אויך אזוי געזאגט, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך דערמאנט איידער ער האט געענדיקט די ברכה מחיה מתים, זאל ער זאגן "ומוריד הגשם". אבער אז ער האט שוין געזאגט ברוך אתה ה, דארף ער שוין נישט איבערצוזאגן.

ד אז (= ווען) ער האט געזאגט אום (= אין) זומער משיב הרוח ומוריד הגשם, אז (= אויב) ער האט זיך דערמאנט פארן ענדיקן די ברכה מחיה מתים, הייבט ער נאך אמאל אן אתה גבור. אבער אז (= אויב) ער האט שוין געזאגט דעם שם פון דער ברכה, דארף מען נאך איין מאל אנצוהייבן. נאר אז (= אויב) דאס איז אין מעריב אדער אין שחרית פון שמיני עצרת, דארף ער נישט איבערצודאווענען.

ה. זעכציק טאג נאך תקופת תשרי הייבט מען און צו זאגן טל ומטר, און דרום (= דעריבער) הייסט עס שאלה, לשון בעטן, דאס מען בעט הש"י זאל אונז געבן טל ומטר. אז (= אויב) ער האט פארגעסן און האט זיך דערמאנט איידער ער האט אויסגעלאזט מברך השנים, הייבט ער נאך אמאל אן ותן טל ומטר. אז (= אויב) ער האט אבער שוין אויסגעלאזט מברך השנים, זאגט ער די פיר ווערטער ותן טל ומטר לברכה ביי שמע קולינו. און אז (= אויב) ער האט שוין אויסגעלאזט די ברכה שומע תפילה, זאל ער זאגן פאר רצה. נאר אז ער האט זיך ערשט דערמאנט נאך דעם ווי ער האט אנגעהויבן רצה, זאל ער נאך אמאל אנהייבן ברך עלינו. אבער אז (= אויב) ער האט ערשט זיך דערמאנט דאס ער האט פארגעסן צו זאגן טל ומטר ווען ער האט שוין געענדיקט די שמו"ע, און האט שוין געזאגט יהיו לרצון אמרי פי, מוז ער נאך אמאל אנהייבן שמו"ע.

ו. אז (= אויב) ער האט פארגעסן און האט אום (= אין) זומער געזאגט ותן טל ומטר לברכה, אז (= אויב) ער דערמאנט איידער ער האט געענדיקט שמונה עשרה, הייבט ער נאך אמאל אן ברך עלינו. אבער אז (= אויב) ער האט זיך דערמאנט ערשט נאך יהיו לרצון אמרי פי, מוז ער נאך אמאל אנהייבן שמונה עשרה.

ז טל ומטר הערט מען אויף צו זאגן באלד מוצאי יום טוב פון די ערשטע טעג פסח.

ח. אז (= אויב) עס איז אים א ספק, ער געדענקט נישט אויב ער האט געזאגט משיב הרוח, אדער טל ומטר, און אזוי באלד עס איז שוין ניינציק תפילות פון דער צייט וואס ער האט אנגעהויבן צו זאגן משיב הרוח, אדער טל ומטר, דאס הייסט ער האט שוין פון דענסטמאל אן, געדאווענט ניינציק שמונה עשרה'ס מיט משיב הרוח, אדער טל ומטר, דארף ער אויף דעם ספק נישט איבערדאווענען, דען מסתמא ווייל ער האט עס שוין ניינציק מאל זיך איינגעוויינט צו זאגן, האט ער בוודאי געזאגט. אבער אז דער ספק איז פאר ניינציק תפילות, מוז ער נאך אמאל איבערדאווענען.