קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כו

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כו דינים פון אחר התפילה (נאך דעם דאווענען). אויך פון קדושת ובא לציון. אנטהאלט פינף סעיפים.

א. יעדער ייד הן אן ארעמאן הן אן עושר, דארף זיך מאכן א שיעור נאך דעם דאווענען עפעס צו לערנען. און ווען ער קען נישט[1], זאל ער הערן לערנען (פון אנדערע), אדער לערנען עברי טייטש ספרים. דען די ערשטע שאלה פון יענער וועלט איז: אויב מען האט עוסק געווען בתורה.

ב. מען דארף אויך לערנען מוסר ספרים. און ווען מען דארף אין מיטן לערנען ארויסגיין, זאל מען נישט אפן לאזן דאס ספר, דען דורך דעם פארגעסט מען געשווינד (= גיך, שנעל) וואס מען האט געלערענט.

ג. מען דארף זאגן די קדושה פון ובא לציון בציבור. איבער דעם איז נישט גלייך (= געהעריק, ראוי) ארויסצוגיין פון דער שול פאר דער קדושה.

ד. דער פסוק "ואני זאת בריתי" פון ובא לציון זאגט מען נישט אין א הויז פון אן אבל.

ה. ווען מען גייט פון שול זאל מען נישט לויפן, סיידן צו א דבר מצוה. אבער ווען מען גייט אין שול אריין, זאל מען גיין גיך.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. דהיינו ער ווייסט נישט לערנען.