לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ה

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ה דינים פון הכנת מקום לתפילה ולקדושה און אריינצוזוכן אן ארט צו רעדן דברי קדושה. אנטהאלט אכט סעיפים.

א אין א בית הכסא אדער אין א מרחץ טאר מען נישט רעדן אדער אין זינען האבן דברי תורה און הייליקע זאכן. און מען טאר דארט נישט דערמאנען גאטס נאמען אפילו אויף אנדערע שפראך. אויך טאר מען דארט נישט געבן קיין שלום אין דער נאמען פון השם יתברך.

ב. אויך אין א שטוב וואס עס איז דא צואה פון א מענטש, אדער פון א קאץ, אדער פון אן אינדיק, טאר מען נישט דאווענען און לערנען, סיידן מען זאל אויסרוימען די צואה, אז ער זאל זי נישט זען. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די צואה איז אונטער (= הינטער, מאחורי) דעם מענטש, אז ער זעט זי נישט, איז דער דין: צו דערווייטערן זיך פיר איילן (= אמות) פון דער צואה. און ווען די צואה האט א ריח רע, מוז מען זיך דערווייטערן פון דעם ארט וואס מען שפירט נישט דעם ריח פיר איילן. און אזוי איז דער דין ביי אלע זאכן וואס האבן א ריח רע.

ג. ווען איינער האט נאך דעם דאווענען דערזען אין שטוב צואה, איז דער דין: אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז אזוי א שטוב וואס עס איז שכיח דארט צואה, וואס ער האט געדארפט פאר דעם דאווענען בודק צו זיין די שטוב, מוז ער שמונה עשרה נאך א מאל דאווענען, און אויך קריאת שמע אן די ברכות פון אהבה רבה ויוצר אור. אבער ווען דאס איז א שטוב וואס עס איז אין איר נישט שכיח קיין צואה, וואס מען זאל דארפן בודק זיין, דארף מען נישט נאך א מאל דאווענען.

ד. ווען מען דאווענט בצבור איז דער דין: אפילו ווען די צואה איז פון אונטער (= הינטער) דעם חזן אפגערוקט מיין (= מער) פון פיר איילן (= אמות), טאר ער נישט דאווענען ביז מען נעמט עס ארויס.

ה. א נאכט כלי אדער א בענקל פון ארויסגיין, מוז מען זיי איבערדעקן, אדער ארויסשטעלן פון דער שטוב, ווען מען גייט זאגן דברי קדושה. אבער א קופּערנע און אן אייזערנע און א צינערנע (= בדיל) און א גלעזערנע נאכט כלי, ווען זי איז ריין אויסגעוואשן, אז מען שפירט נישט קיין ריח, מעג זי שטיין אין שטוב.

ו. ווען עס איז השתנה פון א מענטש, אפילו עס איז שוין איינגעפּאפט אין דער ערד, נאר מען זעט עס נאך א ביסל פייכטקייט, טאר מען נישט זאגן קיין דברי קדושה. סיידן מען זאל קענען יעדן מאל השתנה א קוואטירל[1] וואסער ארויפגיסן.

ז אויך קעגן אן ערוה טאר מען נישט זאגן. און ווען מען גייט אין א בלויסן (= בלויזן = חשוף) העמד, [2] אויב וואל (= כאטש) [3] דאס (= אז) ער זעט נישט זיין ערוה, טאר ער פארט נישט זאגן קיין דברי קדושה, סיידן ווען ער גארטלט זיך צו מיט א גארטל כדי זיין הארץ זאל אויך נישט זען זיין ערוה.

ח. קעגן אן אפן לייב פון א נקיבה, דארט וואו זי גייט תמיד צוגעדעקט, אויך ווען ער זעט די האר פון א פרוי אין די ערטער וואו זיי גייען נישט אין דער אייגענער האר, טאר מען נישט זאגן קיין דברי קדושה.[4]

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. קוואטירל - איז א פערטל פון א האלבער ליטער. א האלבער ליטער איז 500 גראם, און א פערטל פון דעם איז 125 גראם. אבער דא ער ניצט דאס ווארט אלס א פערטל פון א לוג, רביעית הלוג. דאס איז רביעת וואס שטייט אומעטום. און דער שיעור איז 86 גרם, אדער 150 גרם.
  2. ער מיינט: אז ער גייט מיט א כאלאט אן קיין גארטל, און זיין לייב פון אונטן איז בלויז אן קיין הפסק צווישן דעם הארץ און דער ערוה.
  3. אויב וואל דאס איז א ווארט אין דיישט Obwohl וואס איז מייט כאטש.
  4. ער מיינט צו פסקנען ווי פאסקענט ערוך השולחן סימן עה ועתה בואו ונצווח על פרצות דורינו בעוונותינו הרבים, שזה שנים רבות שנפרצו בנות ישראל בעון זה והולכות בגילוי הראש. וכל מה שצעקו על זה – הוא לא לעזר ולא להועיל. ועתה פשתה המספחת, שהנשואות הולכות בשערותן כמו הבתולות. אוי לנו שעלתה בימינו כך!
    מיהו על כל פנים לדינא נראה שמותר לנו להתפלל ולברך נגד ראשיהן המגולות, כיון שעתה רובן הולכות כך, והוה כמקומות המגולים בגופה, וכמו שכתב המרדכי בשם ראבי"ה בסוף פרק שלישי.
    און דאס וואס זאגט ער דא אז נאר אין די ערטער וואס די פרויען גייען נישט אין דער אייגענער האר, נאר זיי דעקן צו זייער האר, נאר דאמאלסט טאר נישט זאגן קיין דברי קדושה, אבער אין פלעצער וואס זיי גייען אין אייגענער האר מעג מען זאגן דברי קדושה.