לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יז

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן יז דינים פון עננו און יעלה ויבא. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. אז מען פאסט בציבור אדער ביחיד, זאגט מען עננו פאר כי אתה שומע. און ווען מען לאזט אויס בכל עת צרה וצוקה, הייבט מען אן כי אתה שומע תפילה. און ווען מען פארגעסט, זאל מען זאגן עננו איידער מען גייט אויס די שמונה עשרה פאר יהיו לרצון. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך ערשט דערמאנט נאך שמונה עשרה דארף ער שוין נישט זאגן.

ב. ווען מען פארגעסט ראש חודש ביי שחרית אדער ביי מנחה צו זאגן יעלה ויבא, ווען ער דערמאנט זיך איידער ער האט געזאגט דעם שם פון ותחזינה, זאגט ער גלייך (= באלד) יעלה ויבא, און זאגט נאך א מאל ותחזינה. און ווען ער דערמאנט זיך נאך דעם שם, פאר מודים, לאזט ער אויס די ברכה, און זאגט יעלב ויבא, און זאגט שוין נישט נאך א מאל ותחזינה, נאר באלד מודים.
אבער ווען ער דערמאנט זיך נאך דעם ווי ער האט שוין אנגעהויבן מודים, נאר איידער ער האט געזאגט יהיו לרצון אמרי פי, מוז ער זיך נאך א מאל רצה אנהוייבן. ווען ער האט אבער שוין געזאגט יהיו לרצון, מוז ער נאך א מאל אנהייבן שמונה עשרה.

ג. ווען מען פארגעסט ראש חודש ביי מעריב יעלה ויבא אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך נישט דערמאנט ביז נאך דעם שם פון ותחזינה איז שוין פארפאלן, אז ער איז שוין נישט מחויב איבערצוזאגן. אבער ווען מען פארגעסט צו זאגן יעלה ויבא אום (= אין) חול המועד, אפילו ביי מעריב, מוז ער טאן אזוי ביי ראש חודש שחרית און מנחה.

ד. ווען מען איז אין א ספק, און מען געדענקט נישט צו מען האט געזאגט יעלה ויבא, מוז מען נאך א מאל דאווענען שמונה עשרה.

ה. מען מוז וויסן, אז ווען מען דארף נאך א מאל דאווענען שמונה עשרה, מוז מען זיך אפרוקן צווישן די ערשטע שמונה עשרה און דעם אנדערן, א ציייט וואס עס דארף דויערן ווען מען גייט פיר איילן (= אמות).

ו. אויך מוז מען וויסן, אז וואו עס איז דער דין מען זאל איבערדאווענען שמונה עשרה, און ער האט ערשט אבער דערמאנט נאך דער צייט פון תפילה, דאן זאל ער דאווענען ביי דער צווייטער תפילה צוויי שמונה עשרה'ס.

ז. ווען דער חזן האט א טעות אין דעם שטילן שמונה עשרה, אין די ערשטע דריי ברכות, וואו עס איז דער דין איבערצודאווענען, און ער האט זיך דערמאנט איידער ער איז אויסגעגאנגען שמונה עשרה, און דער צבור וועט נישט לאנג דארפן ווארטן אויף אים, ווען ער וועט נאך א מאל אנהייבן שמונה עשרה, זאל ער נאך א מאל אנהייבן. אבער ווען ער האט א טעות אין מיטן שמונה עשרה, דהיינו ער האט פארפעלט טל ומטר, יעלה ויבא, דארף ער נאך א מאל נישט איבערדאווענען, דען ער קען יוצא זיין מיט דעם הויכן שמונה עשרה. נאר ער מוז אבער נאך דעם הויכן שמונה עשרה זאגן פאר קדיש אלהי נצור, און אויסגיין דריי טריט.