קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ג דינים פון נטילת ידיים שחרית (וואשן די הענט אין דער פרי). אנהאלט אכט סעיפים.

א. עס שטייט אין פסוק "ארחץ בנקיון כפי" וגו'. פון דאנעט איז געדרונגען[1] אז אזוי ווי די כהנים האבן זיך געהייליקט און געוואשן די הענט צו טאן די עבודה, אזוי דארף יעדן ישראל זי צו וואשן אלע אין דער פרי די הענט זיך צו הייליקן צו עבודת הבורא. אויך ווי דער מענטש שלאפט רוט אויף אים דער רוח הטומאה, אומרייניקייט, און ווען ער קומט אויף, גייט דער רוח טומאה אראפ פון דעם גוף, און בלייבט אויף זיינע פינגער, און עס גייט נישט אוועק ביז ער וואשט זיך דריי מאל די הענט מיט וואסער. דעריבער זאל מען זיך ביי דער בעט אנגרייטן וואסער, אז תיכף ווען ער שטייט אויף, זאל ער אפגיסן די הענט. און מען טא רנישט גיין אומגעוואשן.

ב. מען טאר מיט די טמא הענט זיך נישט אנרירן דאס מויל, די נאז, די אויגן, אדער די אויערן. אויך זאל מען נישט אנרירן קיין שום מאכל אדער א כלי[2] ביז ער וועט זיך וואשן.

ג. דאס וואסער וואס מען וואשט זיך דערמיט, מוז זיין ריין, (נישט גענוצט) און נישט ווייניקער פון א קוואטירל. [3] און דער כלי וואס מען וואשט זיך מיט איר מוז זיין גאנץ, אז זי זאל נישט רינען. אבער פאר א נויט אז ער האט קיין ברירה נישט, מעג ער זיך וואשן מיט גענוצט וואסער, און ווייניקער פו א קוואטירל, און מיט א צעבראכענע כלי, אדער איינטונקען דריי מאל די הענט אין א טייך, אדער אין שניי, און מאכן די ברכה על נטילת ידיים. און שפעטער ווען ער באקומט ריין וואסער מיט א גאנצע כלי, זאל ער זיך נאך אמאל וואשן אן קיין ברכה.

ד. מען דארף זיך וואשן די גאנצע הענט. נאר אז ער האט ווייניק וואסער איז גענוג ביז איבער די פינגער. אויך זאל ער זיך אויסשווענקען דאס מויל און אפוואשן דאס פנים, און זאל זיך גוט אפווישן, אז זיין פנים זאל פון דעם ווינט נישט פארטריקנט ווערן.

ה. מען נעמט די כלי אין דער רעכטער האנט און דערלאנגט זי אין דער לינקער האנט, און מיט דער לינקער האנט זאל ער באגיסן צום ערשטן די רעכטע האנט, דערנאך זאל ער באגיסן מיט דער רעכטער האנט די לינקע, אן דערנאך צוריק, ביז ער בארגיסט צו איטלעכער האנט דריי מאל.

ו. מען טאר זיך נישט וואשן אויף דער ערד. און מען טאר דאס וואסער צו קיין שום זאך נישט באניצן. און נישט אויסגיסן אויך אן ארט וואו מענטשן גייען, ווארום (= ווייל) עס איז שולט אויך דעם וואסער א רוח רעה.

ז. אז מען וואשט זיך פארטאגס די הענט, ווי דער דין איז און שלאפט דערנאך ווייטער, אדער אפילו ער איז אויף געווען ביז טאג, מוז ער זיך אין דער פרי נאך אמאל וואשן, נאר אן א ברכה. אויך ווען איינער איז אויף א גאנצע נאכט אדער מען שלאפט ביי טאג, אן ערך פון א האלבע שעה, דארף ער זיך וואשן די הענט, און קיין ברכה נישט צו זאגן.

ח. נאך די זאכן מוז מען וואשן די הענט מיט וואסער: ווען מען שטייט אויף פון בעט. ווען מען קומט פון א בית כיס, אדער פון דעם מרחץ, אדער פון דעם בית עולם, אדער פון א לויה, אדער פון דער שטוב וואס א מת ליגט דארט. אדער ווען מען שנייד זיך אפ די נעגל. און ווען מען שערט זיך אפ די האר. און ווען מען טוט זיך אויס די שטיוול. און ווען מען רירט אן א כנה. און ווען מען קעמט זיך די האר[4] און ווען מען באהעפט זיך מיט דעם ווייב. און ווען מען רירט אן דאס לייב וואו עס איז פארדעקט, אדער אין אן אומריינער זאך, מוז מען זיך וואשן די הענט.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. (= למוד, מוסק, דרוש. דרינגען = לדרוש, ללמוד, להסיק).
  2. אין קיצור שולחן ערוך און משנה ברורה ברענט נישט אז טאר נישט אנרירן אין א כלי.
  3. קוואטירל - איז א פערטל פון א האלבער ליטער. א האלבער ליטער איז 500 גראם, און א פערטל פון דעם איז 125 גראם. אבער דא ער ניצט דאס ווארט אלס א פערטל פון א לוג, רביעית הלוג. דאס איז רביעת וואס שטייט אומעטום. און דער שיעור איז 86 גרם, אדער 150 גרם.
  4. ער מיינט נישט קעמן מיט א קעמל, ווייל אוודאי אויף דעם מען דארף נישט וואשן די הענט. נאר מיינט ער קאפוואשן, וואס דעמאלסט רירט ער אן אין דעם קאפ. (קעמען האט אויך א באדייטונג רייבן שאטרק).