לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כג

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כג דינים פון כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין, אויך אז מען האט אויפגערופן אין מיטן שמונה עשרה אדער פון יוצר אור ביז פאר גאל ישראל. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. דער דין איז אז מען זאל א כהן האלטן בכבוד, דרום אז עס איז דא אין שול א כהן קומט אים די ערשטע עליה, און נאך דעם לוי. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז נישט דא קיין לוי, גיט מען דעם כהן די צווייטע עליה אויך, און מען רופט אים אויף במקום לוי.

ב. אפילו ווען מען האט אויפגערופן איז קיין כהן נישט געווען, נאר דער נאך ווי מען האט שוין אויפגערופן ישראל במקום כהן, איז אריינגעקומען א כהן איידער דער ישראל האט געמאכט די ברכה, אדער דער לוי איידער דער כהן האט געמאכט די ברכה פון דער צווייטער עליה, זאל מען דעם כהן אדער דעם לוי אויפרופן, נאר דעם ישראל זאל מען באלד נאך דעם כהן ולוי אויפרופן.

ג. א כהן וואס האט א גרושה פאר א ווייב אדער ער וואוינט מיט א זונה, אדער ער האט א טאכטער א זונה, אדער ער איז זיך מטמא צו מתים, דארף מען אים נישט אויפרופן.

ד. אז מען האט אויפגערופן א כבן אדער א לוי, און זיי זענען נישט דא, זאל מען דעם צווייטן כהן ולוי נישט אויפרופן ביי דעם נאמען, נאר מען זאל אים אזוי הייסן צו גיין עולה לתורה זיין, סיידן א זון פון דעם וואס איז ניטש דא, זאל מען אויפרופן ביי דעם נאמען.

ה. אז דער כהן האלט אין מיטן דאווענען נאך יוצר אור ביז איבער שמונה עשרה, און אפילו עס איז נישט דא קיין אן אנדער כהן, דארף מען אויף אים נישט ווארטן און מען זאל אים נישט אויפרופן, נאר מען רופט אויף א לוי אדער א ישראל, און מען זאגט נישט אם אין כאן כהן נאר יעמוד ישראל אדער לוי במקום ישראל.

ו. אז מען האט נישט געוואוסט דאס דער כהן האלט אין מיטן דאווענען, שוין נאך יוצר אור, און האט אים אויפגערופן, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האלט פאר דער ברכה גאל ישראל אפילו אין מיטן קריאת שמע, זאל ער עולה לתורה זיין, און מאכן די ברכות, נאר ער זאל די קריאה נישט מיטזאגן מיט דעם חזן, נאר בלויז אויסהערן. אבער אז ער האלט שוין נאך דעם שם פון גאל ישראל, אדער אין מיטן שמונה עשרה, אפילו מען האט אים אויפגערופן, טאר ער נישט עולה לתורה זיין. און ווען ער האלט שוין אלהי נצור, זאל ער יא עולה לתורה זיין.

ז. אז דער כהן האלט אין מיטן פסוקי דזמרה, און עס איז נישט דא קיין אן אנדער כהן, דארף מען אים אויפרופן. און די זעלבע דינים גייען אן ביי א לוי, אויך ביי א ישראל, אז מען האט אים אין מיטן דאווענען אויפגערופן.