קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ט דינים פון דער מזוזה. אנהאלט אכט סעיפים.

א. די מצוה פון מזוזה איז זייער גרויס. סיי ער קומט פון דרויסן אין שטוב אריין, אדער ער גייט פון שטוב אויף דער גאס, זאל ער זען דעם אייבערשטערס נאמען פאר זיך, און דערמאנען זיך אז עס איז דא א מנהיג אויף דער וועלט, וואס ער איז א יודע מחשבות, און באצאלט יעדערן וועלדיק זיינע מעשים, דורך דעם ווער ער זיך פירן בדרך הישר. איבער דעם איז דער דין, אין יעדן הויז און אין יעדער טיר פון אלע שטובן, אויך אין יעדן טויער פון א הויף, וואס וואוינען אין אים נאר יידן אליין, מוז מען אנשלאגן א מזוזה אויף דער רעכטער זייט פון די טירן וואו מען קומט אריין פון דרויסן. חוץ אזעלכע טירן וואס זיינען באלד פון אנהייב געמאכט געווארן, אז מען זאל דורך זיי, דורכטראגן א משא, זיינען פטור פון מזוזה.

ב. אויך שפייכלערס און קאמערן ווען זיי זיינען גרויס ווי א שיעור בית, דהיינו פיר איילן אויף פיר איילן, זיינען מחויב במזוזה. נאר א קעלער וואס די טיר קומט אויס ליגענדיק צוגעמאכט אויף דער ערד, נישט אויפגעשטעלט איז פטור ממזוזה.

ג. א סוכה וואס איז געמאכט גאר אויף צו זיצן אין איר סוכות אויך ביידלעך און קראמען וואס מען האט אין זיי סחורה נאר איבער דעם יריד, און א מרחץ און א מקוה, אדער א גברניא איז פטור פון מזוזה.

ד. מען זאל זי אנשלאגן דארט וואו עס פאנגט אן דאס אייבערשטע דריטל פון דער פוטריקע (= מזוזת הפתח), און ווען די טיר איז שטארק (= זייער) הויך, זאל מען די מזוזה אנשלאגן אז מען זאל קענען מיט דער האנט דערלאנגען. און מען טאר נישט זי אנהענגען, נאר פון אויבן און פון אונטן זאל זייל אנגעשלאגן אויף אזוי אן אופן, אז די מזוזה זאל אויסקומען אין דער קרום, און דער קאפ פון דער מזוזה צו דער שטוב אריין, און דער אונטערשטער טייל ארויס. און ווען די פוטריקע איז שמאל, וואס עס קען נישט אויסקומען אין דער קרום, איז גלייכער (= בעסער) די מזוזה אנצושלאגן אויף דער פוטריקע אין דער גלייך, איידער אנצושלאגן אין דער קרום אונטער דער טיר.

ה. איידער מען שלאגט אן די מזוזה, וויקלט מען זי איין (= צוזאמענראלן, לגלל), פון דער זייט וואו לאזט זיך אויס ה' אחד, צו דער זייט וואו עס הייבט זיך אן שמע. דער נאך זאל ער זי איינוויקלען אין פאפיר אדער אין א ביישטול (= ביישטידל, בית מזוזה) אוף אזוי אן אופן, דער שם שדי זאל קומען פון אוסעווייניק. אויך זי זאל חללה נישט קומען איבערגעדרייט. און מען מאכט די ברכה "ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו לקבוע מזוזה". און אז מען שלאגט אן א סאך מזוזות, איז גענוג איין ברכה אויף אלע. און ווען די מזוזה איז אראפגעפאלן, אז ער מוז זי נאך אמאל אנשלאגן, דארף ער מאכן א ברכה. אבער אז ער נעמט זי אראפ איבערצוזען, און שלגט זי דערנאך צוריק צו, דארף מען נישט מאכן קיין ברכה.

ו. אז מען ציט אויס (= ציט זיך איבער) א דירה וואס וואס אן אנדעדר ייד ציט אין דירה אריין, טאר מען נישט אראפנעמען די מזוזות, נאר דער ייד וואס ציט אריין, איז ער מחויב צו באצאלן פאר די מזוזות.

ז. מען טאר נישט שטעלן קיין אומריינע זאכן אונטער די מזוזה. און יעדעס מאל וואס מען קומט אריין אין שטוב, און מען גייט ארויס, זאל מען קושן די מזוזה. נאר ער זאל זיין געווארט, עס זאל זיין א גלעזל צו צודעקן דעם שם שדי, אז ער זאל אים נישט אנרירן מיט די בלויזע הענט. און ווען ער לייגט די האנט אויף דער מזוזה זאל ער זאגן "ה' שומרי ה' צילי על יד ימיני, ה' ישמור צאתי ובואי מעתה ועד עולם". דאס איז טייטש: הש"י איז מיין וועכטער, הש"י איז מיין רעטונג. ביי דער רעכטער האנט הש"י זאל אפהיטן מיין אוועקגיין און מיין קומען אויף אייביק.

ח. א מזוזה מוז מען בודק זיין צוויי מאל אין פארלויף פון זיבן יאר. א קהל'ס מזוזה וואס דאס ארט ער (= געהערט) צו קהל, דארף מען בודק זיין צוויי מאל אין פארלויף פון פופציק יאר.