קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ב
מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן ב דינים פון לבישת בגדים (אנטאן זיך). אנהאלט זעקס סעיפים.
א. מען דארף נזהר זיין אז ווען מען טוט אן אדער אויס א העמד אדער בגדים, זאל מען ווי ווייט מעגלעך עס איז, נישט אויפדעקן דעם גוף.
ב.גאר צום ערשטן זאל מען אנטאן דעם טלית, אז ער זאל נישט גיין קיין פיר איילן (= אמות) אן ציצית.
ג. מען טאר נישט גיין אין זייער טייערע קליידער, דאס עס זאל אים נישט ברענגען צו קיין גאוה. אוי נישט אין געמיינע (= פשוטע, פראסטע, ביליקע) צעריסענע, דאס ער זאל נישט מבוזה ווערן. נאר מען דארף גיין מיטל מעסיג. (= מידה בנונית).
ד. מען זאל אלעס פון שטוב פארקויפן, צו קויפן פאר זיך שיך אדער שטיוול, און נישט גיין בארוועס.
ה. מען זאל האלטן חשוב די רעכטע האנט מיטן רעכטן פוס, אז ווען ער טוט אן א בגד אדער שטיוול, זאל ער פריער אנטאן די רעכטע האנט מיט דעם רעכטן פוס. און ביי דעם אויסטאן, זאל ער פריער אויסטאן דאס לינקע צוליב דעם כבוד פון דאס רעכטע. נאר ווען די זאך איז מיט בענדלעך צוצובינדן, זאל מען פריער צובינדן די לינקע (זייט), ווייל זי (= די לינקע זייט) האט א זכיה, אז מען קניפט אויף איר אן, די תפילין.
ו. מען טאר נישט אנטאן צוויי קליידער אין איינעם, ווארן (=ווייל) דאס שאָדט (= שאַצט) צום זכרון.