לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן א

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן א דינים פון אויפשטיין אין דער פרי. אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. דוד המלך האט געזאגט איך האב שטענדיק מיר פארגעשטעלט אז דער איבערשטער שטייט געגן מיר, דען דאס איז א מצות עשה וואס ליגט דער חיוב אויף יעדן יהודי בכל רגע ורגע זיך פארשטעלן הן ביי דעם עסן, הן ביי זיין רעדן, הן ווען ער איז אין גאס, אויך ביי אלע זאכן וואס ער טוט, אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים, און זעט זיינע מעשים. און דאס איז א גרויסער כלל אין דער תורה. און דורך דעם וועט ער אויך האבן א חיזוק אז ער וועט קיין מאל נישט זינדיקן, דען ער וועט מורא האבן פאר דעם פחד פון השי"ת. און ער וועט זיך שעמען צו טוען שלעכץ.

ב. אויך ווען ער לייגט זיך שלאפן, זאל ער וויסן פאר וועמען ער לייגט זיך, און זיין נשמה גיט ער איבער דעם אייבערשטן. און תיכף ווען ער קומט אויף פון זיין שלאף זאל ער דערמאנען דעם אייבערשטערס חסדים אז ער האט אים צוריק געשענקט א פרישע, אויסגערוטע נשמה. דרום (= דעריבער) זאל ער באלד זאגן אפילו אומגעוואשן "מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך". און דאס איז דער טייטש: איך דאנק דיר אייביקער גאט וואס דא האסט מיר צוריק געגעבן די נשמה מיט גרויס בארמהארציקייט, מען דארף פיל אין דיר גלויבן.

ג. ער זאל זיך שטארקן ווי א לייב אויפצושטיין תיכף ווען ער עפענט די אויגן צו דער אייבערשטערס דינסט. דען למשל ווען מען זאל אים רופן צו געלט פארדינען, אדער ח"ו ווען מען זאל אים זאגן אז עס (= זיין געלט) ברענט, וואלט ער געוויס געשווינד (= גיך, שנעל) אויפגעשטאנען צו רעטן (= ראטעווען) זיין געלט וואס איז עובר און נישט קיין אייביקע זאך, מכל שכן דארף ער זען געשווינד אויפצושטיין צו רעטן זיין נפש וואס איז אן אייביקע זאך, פון דעם פייער פון דעם יצר הרע פארפירונג.

ד. מען טאר נישט גיין פיר איילן (=אמות) מיט דעם בלויזן (= אפגעקעקטן = מגולה) קאפ. אויך מען טאר נישט זאגן קיין שום הייליק ווארט מיט דעם בלויזן קאפ.

ה. עס איז זייער גלייך (= געהעריק = ראוי) אז דער וואס ער קען אויפשטיין אין א האלבע נאכט, זאל ער אויפשטיין חצות אפרעכענען, דען דער אייבערשטער כביכול באקלאגט אויך דענסטמאל דעם חורבן בית המקדש. און צום ווייניקסטן כאטשע פארטאגס אויפצושטיין צו לערנען תורה. און ווען ער קען נישט, זאל ער כאטשע זאגן תהילים און מעמדות.

ו. עס איז גלייך (= עס איז געהעריק = ראוי) נזהר צו זיין, די מזמורים פון תהילים, אויך די פרשיות פון תורה נביאים וכתובים, נישט צו זאגן אויסווייניק. סיידן חס ושלום א בלינדער, אדער ער האט נישט (א ספר) אין וואס צו זאגן.