לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן טו

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן טו דינים פון שמונה עשרה. אנטהאלט פופצן סעיפים.

א. עס הייסט דרום (= דעריבער) שמונה עשרה ווייל עס איז דא אין איר אכצן ברכות. און די צייט פון די פריענדיקע תפלה (= די תפילה וואס מען דאווענט אין דער פרי) איז ביז א דריטל טאג, און אז ער האט עובר געווען דעם זמן קען ער דאווענען ביז שעה צוועלף (= חצות), אבער נאך צוועלף איז שוין פארפאלן. סיידן אז ער איז געווען אן אונס,דאס ער האט נישט געקענט פריער דאווענען, זאל ביי מנחה דאווענען צוויי שמונה עשרה.

ב. מען מוז די שמונה עשרה זאגן מיט גרויס כונה, איבער דעם תיכף ווי מען קומט צו תהילות לאל עליון, זאל ער די נאז אויסשנייצן און אויסשפּייען, און גלייך שטעלן זיך. און זאל ארויסשלאגן אלע פרעמדע געדאנקען פון קאפּ. און זאל גיין דריי טריט צוריק, און זאל זאגן תהלות לאל עליון ביז גאל ישראל, און דער נאך צוריק גיין דריי טריט צו זיין גלייך ווי ער נענט זיך צו דעם מלך, און הייבט אן שמונה עשרה.

ג. פון גאל ישראל ביז נאך שמונה עשרה איז נאך הארבער, דאס מען טאר נישט נאך זאגן קיין שום אמן און קדושה און ברכו. אויך צווישן גאל ישראל און שמונה עשרה טאר מען מיט קיין שום זאך נישט מפסיק זיין. אפילו צו ענטפערן אמן אויף דעם אויסלאז פון חזן די ברכה פון גאל ישראל איז אויך דא טייל פוסקים וואס אסערן, איבער דעם דארף מען זען פריער א ביסל אנצוהייבן שמונה עשרה ווען דער חזן לאזט אויס די ברכה גאל ישראל, דאס ער זאל זיין פטור פון דעם אמן לכל הדיעות. אבער ביי מעריב מעג מען ענטפערן אמן נאך גאל ישראל אדע נאך ועל כל מעשיו, אויך שבת נאך הפורש סוכת שלום.

ד. פאר שמונה עשרה זאגט מען ה' שפתי תפתח. אבער כי שם ה' אקרא, זאגט מען נאר ביי מנחה און מוסף, אבער נישט אין דער פרי און ביי מעריב, דען דאס איז א הפסק.

ה. מען טאר נישט ניסן, אדער שפּייען, און אזוי ווייטער אין מיטן שמונה עשרה. און אז עס שפּרט (= דריקט) אים אבער, דאס ער מוז יא טוען, זאל ער זיך פארשטעלן מיט דער האנט דאס מויל. און ווען ער שפּייט אויס, זאל ער שפּייען אין א בגד אדער א פאטשיילע, אז נישט זאל ער שפּייען אונטער זיך אדער אין זייט. און אז ער שפּירט אין מיטן שמונה עשרה דאס ער דארף ארויסצוגיין, זאל ער זיך מיט אלע כוחות איינהאלטן ביז איבער שמונה עשרה.

ו. מען מוז דאווענען שמונה עשרה גאנץ שטיל, און שטייענדיק ביידע פיס איינער נעבן דעם אנדערן. אויך טאר מען זיך נישט אנלענען אין קיין שום זאך. דעם קאפּ זאל מען א ביסל איינבייגן, און די אויגן האלטן צוגעמאכט. נאר סיידן מען דאווענט אויס (= פון) א סידור, זאל מען ווייטער קיין אויג נישט אפּלאזן פון דעם סידור. נאר ווער עס איז נישט געזונט מעג ער דאווענען זיצנדיק, אבער[1] אין בעט, אדער די אויגן זאל ער צו האלטן[2].

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אינעווייניק שטייט אדער, און עס דארף שטיין אבער.
  2. דהיינו צוגעמאכט. און דא רעדט מען אז דער חולה האט נישט קיין סידור, אדער עס איז שווער אריינצוקוקן אין דעם סידור.