לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כ

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כ דינים פון קריאת התורה (לייענען אין ספר תורה). אנטהאלט צען סעיפים.

א. מען דארף נעמען די ספר תורה אין דער רעכטער האנט. און דער חזן וואס גייט מיט איר צו דער בימה, זאל גיין דורך צפון זייט, דאס הייסט: ווי ער דרייט זיך אויס פון מזרח קיין מערב, רעכטס. און צוריק פון דער בימה זאל ער גיין אויף דרום זייט.

ב. דעם וואס מען רופט אויף צום ספר, דארף זיך אנטאן א טלית מיט ציצית, און מיט דעם נענסטן וועג צו גיין צום ספר, און ווען עס איז אלע וועגן איינס, זאל ער גיין רעכטס. און גייט ערשט צוריק אז (= ווען) מען האט אפּגעליינט פאר דעם אנדערדן וואס מען האט אויפגערופן נאך אים, זאל ער צוריקגיין אויף זיין ארט דורך א לענגערן וועג, דען (= ווייל) אז (= ווען) מען גייט צו א מצוה דארף מען זיך איילן און צוריק פון א מצוה זאל מען נישט אנטלויפן.

ג דער וואס איז עולה לתורה, אויך דער קורא, מוז שטיין, און טאר זיך אנשפארן אויף קיין שום זאך. סיידן אן אלטער מאן אדער א קראנקער. און דער וואס מען רופט אויף, זאל ער זען אין דער ספר תורה דאס ארט ווי דער קורא וועט אים אנהייבן צו לייענען. און מען טאר נישט אנרירן, סיידן מיט דעם טלית, אן (= אין) דעם ס"ת, און אויף דעם ארט פון טלית צו געבן א קוש[1]. און דער עולה זאל זאגן הויך "ברכו את ה המבורך", און דער עולם זאך זיך אויפשטעלן ביז זיי וועלן ענטפערן "ברוך ה' המבורך לעולם ועד", דער נאך זאגט דער עולה אויך "ברוך ה' המבורך לעולם ועד", און מאכט צו "אשר בחר בנו", און אז דער עולם האט נישט געהערט אויסלאזן די ברכה, כאטשע זיי הערן דעם חזן ענטפערט אמן, זאלן זיי נישט ענטפערן. נאר א יחיד פארהערט מעג ער מיט דעם עולם ענטפערן. און נאך דעם ווי דער קורא ליינט אפּ, זאגט דער עולה די ברכה "אשר נתן לנו תורת אמת".

ד. ווען מען לייענט אין ספר, טאר מען נישט רעדן. און דער עולם דארף אויסהערן פון דעם קורא יעדעס ווארט. און אז מען דארף ארויסגיין, טאר מען נישט גיין אין מיטן לייענען, נאר צווישן איין עליה און די אנדערע.

ה. אז דער קורא אליין איז עולה לתורה, דארף נאך איינער נעבן אים שטיין ביי דער רעכטער האנט, ווארן ווען השי"ת האט געגבן די תורה, איז אויך משה רבינו נעבן אים געשטאנען.

ו. דער וואס האט שוין געהאט אין א שול עליה, און מען האט אים דער נאך ביי א צווייט מנין נאך אמאל אויפגערופן, זאל ער עולה לתורה זיין. אויך א בלינדער מעג עולה לתורה זיין.

ז. אין א תענית ציבור טאר מען נישט עולה לתורה זיין נאר די וואס האבן געפאסט, אפילו דער וואס האט נישט געפאסט איז א כהן, און עס איז נישט דא קיין צווייטער כבן, זאל דער כבן ארויסגיין, און טאר נישט עולה לתורה זיין, אפילו מען האט אים אויפגערופן. נאר אז דער תענית קומט אויס אין מאנטיק אדער[2] אין דאנערשטיק, און מען האט דעם וואס האט נישט געפאסט אין דער פרי גראדע אויפגערופן, מעג ער עולה לתורה זיין, אבער נישט מנחה.

ח. מען טאר נישט אויפרופן דעם וואס זיצט שבעה ר"ל. און אפילו מען האט אים אויפגערופן טאר ער נישט גיין עולה לתורה זיין, סיידן אז דאס איז אום (= אין) שבת מעג ער גיין עולה לתורה זיין, אבער לכתחילה זאל מען אים אום (= אין) שבת אויך נישט אויפרופן.

ט. עס איז רעכט מען זאל נישט אויפרופן צוויי ברידער אדער א פאטער מיט א זון אן עליה (איינער) נאך דעם אנדערן, פאר אן עין הרע. נאר אז איינער האט אחרון, און דער צווייטער גיט מען מפטיר, און עס איז דא צו דעם מפטיר א צווייטער ספר תורה, מאכט נישט אויס.

י. מען טאר נישט צו לאזן א קטן צו לייענען. אויך טאר ער נישט עולה לתורה זיין, סיידן מפטיר.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. פשטות מיינט ער אז נישט נאר אין ס"ת טאר נישט אנרירן, נאר אויך אין די עמודים פון ס"ת, און אין קיצור שולחן ערוך כג ד ברענגט מחלוקת, וז"ל "אסור לאחוז את הספר-תורה בעצמו ערום, אלא יאחזו על ידי הטלית, או יאחזו בעמודיו. ויש מחמירין, שגם בעמודים אין אוחזין ערום, אלא על ידי הטלית".
  2. אינעווייניק שטייט אבער, און דאס איז א טעות.