קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יא

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


אדם יא.gif

(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן יא דינים פון פסוקי דזמרה. אנטהאלט זיבן סעיפים.

א. מען טאר נישט אויסרעדן אפילן בלשון בקודש פון ברוך שאמר ביז נאך שמונה עשרה. אויך טאר מען נישט זאגן ברוך הוא וברוך שמו. און אז עס קומט אויס ארויסצוגיין זאל מען אין מיטן נישט זאגן אשר יצר, נאר ערשט נאך שמונה עשרה, אדער נאך ישתבח איידער ער הייבט אן די ברכה יצא אור.
נאר וועגן א הפסק פון אמן צו ענטפערן אדער אמן יהא שמיה רבה און קדושה און ברכו איז א חילוק צווישן פסוקי דזמרה דאס הייסט פון ברוך שאמר ביז נאך ישתבח פאר די ברכה יוצא אור, און צווישן די ברכה יוצר אור ביז נאך שמונה עשרה. אז אין מיטן פסוקי דזמרה מעג מען יא מפסיק זיין, און צו ענטפערן אמן און קדיש, קדושה, וברכו. אויך אז מען הערט זאגן דעם עולם שמע ישראל זאל ער מיט זאגן ביז נאך אחד.[1] און ווען עס איז מעגלעך דעם הפסק מכון צו זיין, דאס נאך צו זאגן צווישן די קאפיטלעך, אדער צום ווייניקסטן צווישן די פסוקים נישט אין מיטן פסוק איז בוודאי גוט, אבער יתברך וישתבח וואס מען זאגט ווען דער חזן זאגט ברכו, זאל מען נאר זאגן ווען מען האלט מיט דעם חזן צו גלייך ביי ברכו, און ווען נישט, טאר מען אפילו אין מיטן פסוקי דזמרה אויך נישט מפסיק זיין דאס צו זאגן.

ב. מען נעמט ביידע ציצית אין האנט אריין און מען זאגט ברוך שאמר שטייענדיק ביז מהולל בתשבחות. און מען קושט די ציצית און לאזט זיי נאך. און זאל זאגן פסוקי דזמרה ווארט ביי ווארט מיט א זיס קול, דאס ער זאל נישט פארפעלן קיין שום ווארט. אויך זאל ער זען צו פארשטיין פירוש המילות, און צום ווייניקסטן מוז מען אין זינען האבן דעם טייטש פון די ווערטער "פותח את ידיך". און ווען ער האט די ווערטער (פון פותח את ידיך) אזוי אוועקגעזאגט און ער האט נישט אין זינען געהאט דעם טייטש מוז ער זיי נאך א מאל זאגן מיט כוונה.

ג. מען טאר זיך אין מיטן נישט אנרירן אין די פארדעקטע ערטער פון דעם גוף. און ווען מען רירט אן דאס צוגעדעקטע לייב זאל מען זיך אנרייבן די הענט אין דער וואנט.

ד. מזמור לתודה און ויברך דוד ביז אתה הוא ה' האלהים, אויך די שירה און ישתבח, מוז מען זאגן שטייענדיק.

ה. מען זאגט נישט מזמור לתודה, נישט אום (= אין) שבת, נישט אום יום טוב, נישט אום ערב יום כפור, נישט אום ערב פסח, און חול המועד פסח. אבער חול המועד סוכות זאגט מען יא מזמור לתודה.

ו. דער עיקר צו דאוונענען שמונה עשרה בציבור. איבער דעם איז דער דין אז ווען קומט אמאל שפעט אין שול אריין, אז דער עולם האלטן שוין אין מיטן דאווענען, מעג מען איבערהיפערן פסוקי דזמרה און אנהייבן גלייך מיט דעם עולם וואו זיי האלטן. און אז דער עולם האלטן נאך יוצא אור, זאל ער אנהייבן ביי יוצר אור, בכדי ער זאל קענען גלייך מיט זיי דאווענען שמוה עשרה. נאר ער מוז פריער האבן געזאגט די ברכה על נטילת ידיים, און ברכות התורה, און אלהי נשמה. אויך מוז ע פריער לייגן טלית ותפילין. אבער אזוי באלד ער וועט נישט קענען דעריאגן צו שמונה עשרה סיידן ער וועט די זאכן פארפעלן, אדער סיידן ער וועט אנהייבן נאך יוצר אור, אבער ער וועט זייער כאפן די ווערטער, טאר מען נישט. דען עס איז שוין גלייכער (= געהעריקער) צו דאווענען ביחידות כסדר דאס גאנצע דאווענען.

ז. דער כלל איז נאר אין פסוקי דזמרה קען מען פארהיפערן מזמורים וויפל ער פארשטייט בכדי צו קענען דאווענען שמונה עשרה מיט דעם עולם. איבער דעם אז מען קומט אין שול אין מיטן דאווענען אז עס וועט שוין קיין מנין נישט זיין, זאל ער לייגן טלית ותפילין און אויך זאגן על נטילת ידיים, ברכות התורה, אלהי נשמה, (אזוי באלד ער האט נישט געזאגט אין דער היים) און הייבט אן יוצר אור.
זעט ער אז דער עולם האלט נאך נישט אזוי ווייט אז ער וועט נאך עפעס קענען זאגן, זאל ער זאגן ברוך שאמר, אשרי, ישתבח. האט ער אבער נאך מער צייט, זאל ער, זאגן הללו אל בקדשו. האט ער אבער נאך מער צייט זאל ער זאגן הללו את השם מן השמים. האט ער נאך מיין צייט, זאל ער זאגן אלע הללויהס. האט ער נאך מיין (= מער) צייט, זאל ער זאגן ויברך דוד ביז לשם תפארתך, און הודו ביז אתה ה' לא תכלא רחמיך ממנו, און אנהייבן והוא רחום פון יהי כבוד וואס פאר אשרי.
און אום (= אין) שבת ויום טוב אז ער האט מיין צייט זאל ער בעסער פארהיפערן די שבת זמירות. נאר אזוי באלד ער האט נאך מיין צייט זאל ער זאגן מזמור שיר ליום השבת, און אז מען קען, זאל מען זאגן הודו לה' כי טוב און למנצח לדוד בשנותו, תפילה למשה. נאר נאך דעם דאווענען מוז ער דערזאגן וואס ער האר פריער פארהיפערט.


הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. אבער צווישן די ברכה יוצר אור ביז נאך שמונה עשרה, ס'דא א חילוק צווישן אלע סארטן אמן. עיין קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יג.