לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך תשובה פון צבור

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


רבי אליהו אליעזר דעסלער תרנ"ב - תשי"ד
תשובה פון צבור

פון הגאון ר' אליהו אליעזר דעסלער ז"ל

אין דער גמרא עבודה זרה (דף ה) רעדט זיך וועגן דער העכערקייט פון תשובה פון צבור איבער דער תשובה פון יחיד. – דנפישי רחמייהו, אבל יחיד דלא אלימא זכותי - דער צבור האט בעסערע שאנסן פאר דערוועקען רחמים דערפאר ווייל זייערע זכותים ד. ה. זייער תשובה איז שטארקער.

דאס זעלבע געפינען מיר אין אנדערע גמרות. עם שטייט: כה' אלקינו בכל קראנו אליו. עם שטייט דאך אבער אויך דרשו ה' בהמצאו? ענטפערט דערויף די גמרא: אז ס'איז פאראן אן אונטערשייד פון יחיד און צבור. דער צבור האט תמיד א צוטריט, דער יחיד אבער האט נאר א צוטריט אין די טעג פון עשרת ימי תשובה. רבנו מנחם בר' זרח שרייבט דערויף:

ס'איז ידוע, אז קרוב ה׳ לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת, ווייל השם יתברך איז פאקטיש תמיד דא. דאס קרבות אדער דערווייטקייט ווענדעט זיך אין מענטשן אליין, לויט זיינע מעשים.

מיר זעען בכן ווי דער יחיד, ביי זיין בעסטן ווילן, קען זיך ניט דערוועקן צו קיין תשובה גמורה, נאר אין די עשרת ימי תשובה, דערפילענדיג דעם אימת הדין. דאגעגן אבער דער צבור קען זיך תמיד דערשלאגן צו א תשובה שלימה.

(אין אונזער היינטיגן דור וועלכער, בעוה"ר, דערוועקט זיך ניט מאימת יום הדין, און אויב מיר באמיען זיך ניט אין די ימי הדין מתחזק צו זיין אין צבור, ווי אזוי קענען מיר האפן זוכה צו זיין צו תשובה ?)

אויף אן אנדער פלאץ האבן מיר געבראכט פון ר' ירוחם ז"ל (פון מיר), אז ווען דער מענטש שטייגט פון איין מדרגה צו א צווייטע פארוואנדעלט ער ביי זיך בחירה צו הכרח, דאס הייסט, אז אויף דעם פּונקט וואו ער איז פריער געשטאנען אין א מצב פון בחירה, יא אדער ניין, איז ער שוין היינט איבערגעשטיגן און זיין בחירה ווערט שוין אין א העכערן פּונקט און דער פריערדיגער בלייבט שוין אין א בחינה פון הכרח. און ענלעך געפינען מיר אויך אין סידור הגר"א. לויט דעם זיינען פאראן צוויי בחינות אין תשובה:

איינס: דער מענטש איז טאקע כובש זיין יצר-הרע מיט תשובה, אבער ער האט באד אלץ נסיונות און ער בלייבט נאך אלץ אין שטח הבחירה. און צוויי: דער מענטש רייניגט זיך צו אזא מדרגה אז ער באפרייט זיך לגמרי פון נסיון און בחירה. ער קען ניט מער טאן קיץ שלעכטס נאד גוטס.

לויט דעם לאזט זיך מפרש זיין די חז"ל: א"ר לוי גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד... עד ולא עד בכלל. פון אן אנדער ארט אין דער גמרא איז אבער משמע, אז תשובה קען דערגרייכן נאך העכער, ממש צו דער מדרגה פון עד בכלל, פון פולשטענדיגער צוגעבונדענקייט. אבער דא איז ניט פאראן קיץ סתירה. דער אונטערשייד איז נאר פון תשובת היחיד און תשובת הכלל.

עד כסא הכבוד, ולא עד בכלל. די תשובת היחיד קען ניט דערגרייכן ביז צום םסאמע כסא הכבוד. פאר דעם יחיד בלייבט נאך אלץ די מעגליכקייט פון נסיון און שטרויכלונג. אנדערש אבער איז די תשובת צבור, וועלכער קען זיך דערשלאגן צום עד בכלל. א תשובת הצבור קען אויסרייסען יעדער נסיון, יעדער מעגליכקייט פון ווידערהאלונג פון חטא. זי קען זיין שלימות'דיג און דויערהאפט.

די העכערקייט פון תשובת הצבור קומט אויך צום אויסדרוק אין דעם וואס מיר ווייסן, אז דארט וואו דער חטא איז אזוי גרויס, אז ער קען נאר פארגעבן ווערן דורך מסירת נפש פון מיתה ממש, איז דאס נאר געזאגט אויף א יחיד. תשובת הצבור קען צוריקבינדן דעם קשר וואס איז איבערגעריסן געווארן, און ווי די חז"ל זאגן, אז א גע'חתמ'עטער גזר דין פון צבור קען בטל ווערן.

און אזוי געפינען מיר א וואונדערליכע זאך אין דער גמרא (ע"ז ד). עס שטייט: אל זועם בכל יום. עס שטייט דאך אבער: ולפני זעמו מי יעמוד?... ענטפערט די גמרא: כאן ביחיד, כאן בצבור. דא געפינען מיר א פלאימ'דיגן הבדל צווישן יחיד און צבור אין דער מעגליכקייט אויפצונעמען יסורים. דער יחיד איז באדראט מהרהר צו זיין נאכן מדת הדין. אנדערש איז דער צבור. ווייל אויף דעם צבור קען מען זיך פארלאזן צו לערנען פון די יסורים און ס'איז צו האפן, אז די יסורים וועלען ארויסרופן א דראנג צו תשובה. ווען דער מענטש זעט זיינע יסורים בתוך יסורי כלל ישראל, זיינען זיי לייכטער צו פארטראגן און ער איז מעד מסוגל חוזר בתשובה צו זיין.

אן עיקר אין מחזק זיין דעם צבור (אין אידישקייט) איז די ארגאניזאציע, די פאראייניגונג פון יחידים צו געמיינזאמע מעשים. דאס איז אויך א כלל אין טעגליכן גשמיות-לעבן פון מענטשן, און אוודאי איז דאס אזוי איז ענינים רוחניים. וואס עס קען ניט באווייזן קיין יחיד, קען אבער דערגרייכן אן ארגאניזירטער צבור. א יחיד קען געשטרויכלט ווערען. ווען אבער ער איז צוזאמען מיט אנדערע, וועט אים דער חבר ווארענען, אדער מתקן זיין דאס וואס ער איז מקלקל.

דער דאזיגער יסוד איז באזונדערס וויכטיג אין היינטיגן דור. דער יצר-הרע פון איין מענטש איז ניט גלייך צום יצר-הרע פון אנדערן און אזוי איז אויך דער יצר-הרע און זיינע תכסיסים פון פריערדיגן דור ניט גלייך צום יצר-הרע פון דער היינטיגער צייט. דער היינטיגער יצר-הרע האט זיך זיינע אייגענארטיגע נסיונות און לאקונגען. די תורת ה' איז אייביג און עס קענען אין איר ניט חל זיין קיין שינויים. זי איז געגעבן געווארן פאר אלע דורות כמות שהיא. אבער די וואפן צו באקעמפן דעם יצר-הרע וואס וויל דעם מענטש אוועקפירן פון דרך התורה ענדערן זיך יא לויט די כסדר נייע תחבולות פון יצר-הרע.

ווען די ווילדע שבטים וואס האבן נאך ניט דערלערנט די מאדערנע תכסיסי מלחמה גייען ארויס אין קאמף מיט זייערע פרימיטיווע וואפן פון פייל און בויגן געגן הארמאטן און עראפלאנען, איז זייער מפלה א זיכערע. דער יצר פון אונזער צייט, וועלכער האט פארטריבן פון אונזער דור דאס פנימיות פון עבודת ה, איז באוואפענט מיט די מאדערנסטע הארמאטן. און מיר אליין? קענען מיר זיך געגן אים פארמעסטן מיט קינדערישן וואפן-שפילצייג? ניטא קיין אנדערער וועג ווי באנוצן זיך מיט זיין כלי זיין, און נאר ארגאניזירטערהייט קענען מיר אים באזיגן.

ווען עכן האט ווידערשפעניגט דעם צו ה' זאגט אונז דער פסוק (יהושע ז, א) וימעלו בני ישראל מעל בחרם ויקח עכן וכו' ויחר אף ה' בבני ישראל און ווייטער (י און יא) ויאמר ה' וכו' חטא ישראל... וגם לקחו מן החרם וגם גנבו. דא איז פשוט ניט צו פארשטיין. איין מענטש האט געזינדיגט און ווי קומט, אז דער אויבערשטער זאל באשולדיגן דאס גאנצע פאלק? דער אבן עזרא באהאנדעלט שוין דעם ענין (אין פרשת העגל), נאר ווייזט אויס, אז ווען פארברעכן איז פאראכטעט אינעם געוויסן און באוואוסטזיין פון א גאנץ פאלק, איז ניט מעגלעך, אז עס זאל זיז געפינען אפילו איינער וואס זאל דערויף עובר זיין. ווען עמעצער איז א גנב, איז א סימן אז דער איסור גזל איז ניט גענוג פארפעסטיגט אינעם געוויסן פון כלל.

יעדער חיזוק (פאר אידישקייט) וואס ווערט דעריבער איינגעפירט פון גאנצן כלל, וועט דער יחיד ניט אזוי לייכט קענען פארלעצן. און דאס איז פארוואס תשובה פון גאנצן צבור האט א שטארקערן האפט ווי די תשובה פון א יחיד.

די חז"ל זאגן: ראה הקב"ה שצדיקים מועטים עמד ושתלן בכל דור ודור. וואס אייגענטלעך וואלט געשאדט ווען עס וואלטן געווען דורות מיט צדיקים און אן צדיקים? נאר מיר ווייסן, אז יעדער דור עקזיסטירט אין זכות פון זיין צדיק. און ווען מיר וועלן זיך פארטראכטן וועלן מיר פארשטיין, אז דאס איז דערפאר ווייל דער צדיק מיט זיין אמת און פנימיות איבט אויס (= אויסאיבן, השפע) (בדרך הטבע) א השפעה צום גוטן אויף זיין דור. דער צדיק מיט זיינע מעשים און פילענדיג הארץ מוז באאיינפלוסן זיינע מיטמענטשן, ווי די גמרא זאגט: האי דעדיפנא מחבראי דראיתי לרבי מאיר מאחוריו, ואילו ראיתי מפניו הוינא עדיפא טפי.

און שוין דערפאר אליין איז גרעסער די תשובה פון צבור, ווייל עם איז ניט מעגלעך אז עם זאל זיך ניט געפינען אינם צבור כאטש איינער מיט פנימיות'דיגע ערליכקייט, וועלכער זאל משפיע זיין און דערהויבן די איבעריגע אין דער מדרגה פון זייער תשובה.