לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך ימים נוראימדיקע תפילות

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


רבי זלמן סאָראָצקין תרמ"א – תשכ"ו

ימים נוראמ'דיגע תפילות (באטראכטונגען)

פון הרב ר' זלמן סאָראָצקין גאב"ד לוצק, יו"ר מועצת גדוה"ת בא"י

כי לא בחסד ולא במעשים באנו לפניך

א וואנדערער וועלכער קלאפּט אן אין א פינסטערער נאכט ביי דער טיר פון אן אכסניא, - וועט ער דען באלד אנזאגן דעם בעל-הבית. אז ער האט ניט צו באצאלן פאר זיין נאכט-לעגער? וועט דאס אים העלפן, אז די טיר זאל זיך פאר אים עפענען? פארוואס-זשע איילן מיר זיר צו, צו פּראקלאמירן אז מיר קומען מיט ליידיגע הענט? פארוואס פאנגען מיר אן אונזערע תפלות מיט לא בחסד ולא במעשים באנו לפניך? ...

יא, אזוי איז עס ביי מענטשן. ארימקייט איז ניט קיין מעלה, און פארן ארימאן עפענען זיך ניט טיר און טויער. אבער לא כמדת בשר ודם מדתו של הקב"ה. ער, ברוך הוא, הערט זיך דווקא צו צום געשריי פון ארימאן, צו דעם קרעכץ פון געפייניגטן, און ווי עם שטייט: כי לא בזה ולא שקץ ענות עני ולא הסתיר פניו ממנו ובשועו אליו שמע. (תהלים כב).

כדלים וכרשים דפקנו דלתיך

מיט דעם נאמען דל ווערט באצייכענט אזא איינער וועלכער איז מדולדל געווארן און האט פארלוירן זיין פארמעגן. ענלעך איז דער נאמען רש - וואט דאס מיינט איינעם וועלכער האט פארלוירן זיין ירושה. מיט דעם אונטערשייד זיך די ווערטער דל און רש פון אנדערע אויסדרוקן וואס באצייכענען ארימקייט. למשל דער אויסדרוק עני גייט ארויף אויך אויף איינעם וועלכער איז ארים פון זיין געבוירן אן.

דאס גאנצע מענטשלעכע לעבן איז איין גרויסע קייט פון נסיונות און ראנגלענישן מיטן יצר. און דאס איז טאקע די אויפגאבע פון מענטש, - צו פירן א כסדר'דיגע מלחמה מיטן יצר-הרע, ארויסצורייסן פון אים איין פּאזיציע נאד די אנדערע. און גענוי ווי אין מלחמה-סטראטעגיע פירט זיך, אז נאכדעם ווי מען נעמט איין א געוויסע פּאזיציע טוט מען זיך דארט איינגראבן און פארפּאנצערן, איידער מען נעמט זיך צו אנגריפן אויף נייע פּאזיציעס - אזוי דארף מען אויך פירן די מלחמת היצר. מען דארף קודם כל פארפעסטיגען אץ פארשטארקן די דערגרייכטע פּאזיציעס דורך סייגים און גדרים, און ערשט דאן קען מען זיך פארמעסטען אויף נייע דעראָבערונגען.

אין די טעג פון חשבון הנפש, ווען מיר באטראכטן זיך וואו מיר האלטן און צי מיר דערנענטערן זיך צום ציל - דארפן מיר קודם כל אויסגעפינען צי די פּאזיציעס וואס מיר האבן אייגענומען אין משך פון די לעצטע יארן זיינען גענוג פארפעסטיגט און צי מיר האבן באוויזן אין משך פון לעצטן יאר איינצונעמען נייע.

אבער על פי רוב געפינען מיר אויס, אז ניט נאר האבן מיר ניט דעראָבערט קיין נייע פּאזיציעס, נאר אז מיר האבן אפילו פארלוירן די אלטע. אויף דעם זיינען מיר זיך מתוודה און זאגן: "כדלים וכרשים דפקנו דלתיך" - מיר האבן פארלוירן אפילו דאס וואס איז שוין געווען אין אונזער באזיץ, און דעריבער רחום וחנון נא אל תשיבני ריקם לפניך ורוח קדשך אל תקח ממנו.

אבינו מלכנו זכור כי עפר אנחנו

בעת מיד בעטן ביים מלך העולם ער זאל געדענקען כי עפר אנחנו, אז מיר דזיינען ניט מער ווי ערד און שטויב, און ער זאל דערפאר פארגעבן אונזערע זינד איז כדאי אז מיר אליין זאלן זיך דאס נעמען אין זכרון און ניט זינדיגן.

לאמיר צו זיך אליין און איינער דעם אנדערן כסדר דערמאנען און איינ'חזר'ן, אז עפר אנחנו, אז אדם יסודו מעפר וסופו לעפר, אז דאס ערדישע לעבן איז ניט אייביג און דאס אליין וועט אונז אפּהיטן פון זינד.

שמע ישראל ה, אלקינו ה, אחד

בשעת קבלת עול מלכות שמים, ביים זאגן שמע ישראל, איז דער מנהג ארויפצולייגן די האנט אויפן פנים און צו פארמאכן די אויגן. בשעת מיר זאגן שמע ישראל פארקוקן מיר אויף דער מציאות פון דער וועלט און די מכלומרשטע אומגערעכטיגקייט וואס הערשט אין איר. מיר זאגן שמע מיט פארמאכטע אויגן. מיר משפט'ן ניט די וועלט-געשעענישען און דעם סדר העולם מיט אונזערע עיני בשר, נאר מיר פראקלאמירן אונזער אמונה, אז ה' איז יחיד ומיוחד, וועלכער הערשט איבער דער וועלט לויט זיין רצון און חכמה עליונה און אין עוד מלבדו.

דאס דארף אויך זיין א לימוד פאר דעם רב און מוכיח ווען ער גייט ארויף אויף דער בימה. ער דארף פארשליסן זיינע אויגן און זיך ניט רעכענען מיט דעם ווער עס הערט זיך צו, צו זיינע רייד, ער דארף פארשליסן זיינע אויגן ווי יענער וואס זאגט שמע ישראל צו זיין חבר וואס שטייט נעבן אים, אדער אפילו צום ישראל וואס איז אין אים – ה' אלקינו ה' אחד. ווייל ווען זיינע ווערטער דרינגען אריין אפילו נאר אין הארצן פון א יחיד איז ער מכריע די גאנצע וועלט לכף זכות, און ווי די חז"ל זאגן (יומא פ"ו), אז צוליב איין מענטש וועלכער טוט תשובה איז מען מוחל אים און די גאנצע וועלט.

ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד

דער מדרש דערציילט, אז ווען משה רבנו איז ארויף אין הימל, האט ער געהערט ווי די מלאכי השרת האבן געזאגט ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, און ער האט עס אראפגעברענגט צו די אידן. דאס איז די סיבה פארוואס מען זאגט עס בלחש. דאגעגן אבער אין יום כפור, ווען די אידן זיינען ריין ווי די מלאכים זאגן עס אידן שוין הויך און בפרהסיא.

אבער אין וועלכער צייט פון יום כפור קען זיך דער איד פארגלייכן צו די מלאכים? געוויס ערשט ביים סוף פון יום הקדוש, נאכדעם ווי ער האט אפגעפאסט א טאג, האט זיך גערייניגט פון אלערליי שמוץ און מענטשלעכע שוואכקייטן, אויסגעריסן פון זיך יעדער תאווה און שנאה. ער האט דאן אן ענלעכקייט צו די מלאכי השרת. אבער דאס לאזט זיך זיכער ניט זאגן וועגן איד ביים אנפאנג פון יום כפור-טאג, ווען ער קומט אין שול נאך מיט א פולן בויך און האט קוים באוויזן צו מאכן דין חשבון הנפש.

אבער דא זעען מיר א כאראקטעריסטישע זאך. גראד ביים אנפאנג פון יום כפור-טאג זאגן מיר הויך ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, דאגעגן אבער ביי מעריב פון מוצאי יום כפור זאגן מיר ברוך שם כבוד מלכותו ווידער בלחש.

א מנהג ישראל איז תורה און מען קען דערפון לערנען, אז אלץ ווענדט זיך לויט דער כוונה, מחשבה אין הכנה. אט איז די נאכט פון כל נדרי. דער איד האט ערשט געגעסען אץ געטרונקען און נאך ניט באוויזן פון זיד אראפצואווארפן דעם גאנצן שטויב פון פארגאנגענעם יאר. אבער שוין דערמיט וואט ער האט אויף זיך מקבל געווען די חמשה עינויים און זיך אנטשלאסן צו הייליגן, רייניגן און צוריקצוקערן בתשובה שלימה - שוין דערמיט האט דער איד דערגרייכט די מדרגה פון מלאכי השרת, און ער קען זאגן הויך ברוך שם כבוד מלכותו. אנדערש אבער אין מוצאי יום כפור. אמת, אין איצטיגן מאמענט איז ער טאקע ריין פון זינד, אבער דערפאר ווייל איצט גרייט ער זיר אראפצונידערן פון זיינע מדרגות צוריק פון קודש צום חול, הויבט אן אריינכאפּן זיין מעריב בכדי אהיימצוגיין עסן - האט ער שוין דערמיט אליין פארלוירן זיין מדרגה אין איז ניט מער ראוי ווי צו זאגן דעם ברוך שם כבוד מלכותו - בלחש.

שמע... והי, אם שמוע... ונתתי מטר ארצכם...

לכאורה איז דער אונטערשייד צווישן דער ערשטער און דער צווייטער פרשה אין קריאת שמע נישט מער ווי דאס וואס די ערשטע פרשה איז בלשון יחיד און די צווייטע בלשון רבים. אזוי ווערט אויך געברענגט אין ספרי: אזהרה ליחיד אזהרה לרבים. דאס מיינט, אז נאך קבלת עול מלכות שמים אלס יחיד, דארף דער איד אייר מקבל זיין עול מלכות שמים אויפן צבור, אויפן כלל פון פאלק; ער דארף מקבל זיין עול מלכות שמים ניט ווי א פּריוואט זאך, נאר ווי א חלק פון כלל ישראל, וואס מלכות שמים איז זיין קיניגרייך, און אהבת ה' זיין נשמה. כל ישראל ערבין זה בזה, דערפאר ווייל דער דת ישראל איז ניט א פּריוואט-זאך, נאר א תנאי פאר דער צוגעהעריגקייט צום אידישן פאלק, וואס איז א ממלכת נהנים וגוי קדוש. מיר זיינען ניט קיין פאלק נאר מיט אונזער תורה, מיט דער קבלת עול מלכות שמים פון יעדן פאלקס-מיטגליד. א איד וואס האט זיך גע'שמד'ט ר"ל ציט זיך (ניט אין הלכה'שן זין, ווייל זיכער בלייבט ער אויך דאן א איד מיט אלע פליכטן צום דת) ארויס פון כלל האומה און ווערט א בן נכר און משומד.

ווען מיר פארטראכטן זיך אין די צוויי פרשיות פון קבלת עול מלכות שמים, געפינען מיר, אז אויסער דעם שינוי הנוסח פון יחיד און רבים, איז פאראן אין דער צווייטער פרשה עפעס אזוינס וואס איז ניט פאראן אין דער ערשטער. און נעמליך, ניט פאראן אין דער ערשטער פרשה קיין זכר פון שכר ועונש. דאגעגן אין דער צווייטער ווערט פארזיכערט שכר צו די שומרי מצוות בעולם הזה און אן עונש פאר די עוברי עבירה.

און אין אמת'ן ווייסן מיר, אז עס איז ניט פאראן קיץ שכר מצוה אויף דער וועלט. פאראן א צדיק ורע לו און א רשע וטוב לו. דער ענדגילטיגער חשבון פון מענטש אלס יחיד, דער ענדגילטיגער אורטייל, קומט ערשט שפעטער אויף יענער וועלט. דעריבער איז אויך ניט קיין חידוש, וואס אין דער ערשער פרשה פון קריאת שמע ווערט ניט דערמאנט קיין שכר ועונש.

אנדערש איז אבער מיטן כלל ישראל, אלס פאלק און אלס מלוכה. דא גייט ניט מער אן דער כלל פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. דער גורל פון פאלק ווערט אויר אויף דער וועלט גע'משפט לויט זיינע מעשים, און ווי עם שטייט: אם בחקותי תלכו... וישבתם לבטח בארצכם... ונתתי שלום בארץ... אויך דער עונש פאר די זינד פון פאלק איז א קלאר אנגעצייכענטער: וחרה אף ה׳ בכם... ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה...

די אידישע געשיכטע האט דאם קלאר באוויזן. ומפני חטאינו גלינו מארצנו. און ווי שטארק וואלטן דאס די היינטיגע פירער פון דור באדארפט געדענקען!

וחותם יד כל אדם בו

די נשמה פון מענטש וואס איז עולה ביינאכט למרום, חתמ'עט זיך אין ספר הזכרונות אויף אלעס וואס דער מענטש האט אפּגעטאן בייטאג, און זיכער חתמ'עט זי דארט מיט דער זעלבער חתימה מיט וועלכער דער מענטש חתמ'עט זיך אויף דער וועלט.

פון דאנען קומט אן עצה טובה צו מענטשן צו חתמ'ענען זיך באשיידן, אן תוארים און טיטלען. א איד וואס חתמ'עט זיך הרב, בן הגאון, אב"ד און ר"מ, און ווען די מקטריגים וועלן אנטרעפן אזא מפואר'דיגע חתימה, וועלן זיי דאך מרעיש עולם זיין און פאדערן מדקדק צו זיין מיט אים כחוט השערה. אנדערש אבער ווען דער מענטש חתמ'עט זיך פשוט און באשיידן. ער האט בעסערע שאנסען ווען ער ווערט גע'משפט צוזאמען מיט אלע פשוט'ע אידן...

תפלה זכה

די תפלה וואס מיד זאגן ערב יו"כ פאר כל נדרי ווערט אנגערופן תפלה זכה. צו פארשטיין דעם נאמען פון דער תפלה דארף מען מקדים זיין די ווערטער פון מדרש: צריך אדם לטהר את לבו קודם שיתפלל, וכן אמר איוב על לא חמס בכפי ותפלתי זכה (איוב ט"ז)... אלא כל מי שידיו מלוכלכות בגזל הוא קורא להקב"ה ואינו עונה אותו... אבל איוב שלא הי' בעמלן גזל היתה תפלתו זכה... ומנין שכל שמרחיק את עצמו מן הגזל תפלתו זכה, שנאמר: נקי כפיים ובר לבב... ישא ברכה מאת ה'.

אין די ימי הרחמים והסליחות און בפרט אין עשרת ימי תשובה באמיען מיר זיך צו רייניגען פון יעדער שמץ עבירה און בפרט פון גזילה, וועלכע איז דער גרעסטער מקטרג, און ווי די חז"ל זאגן: קופה מלאה עוונות מי מקטרג בראש כולם? גזל (ב"ר). דער תכלית פון עשרת ימי תשובה איז למען נחדל מעושק ידינו. אזוי זאגן מיר אויך צוויי מאל אין תפלת נעילה. אזוי זיינען מיר אויך יעדן ערב יום כפור מפייס איינער דעם אנדערן אפילו פאר דער מינדסטער עוולה, און דעריבער ווערט די תפלה אין סוף פון דאזיגן טאג, וואס איז דער עיקר באשטימט צו רייניגען זיך פון עבירות בין אדם לחבירו, אנגערופן תפלה זכה.

ס'איז נאך ריכטיגער צו זאגן אז מיט דער דאזיגער תפלה גופא באמיען מיר זיך צו רייניגען פון די חטאים בין אדם לחבירו. יעדער זאגט דאך אין דער תפילה ״והנני מוחל במחילה גמורה לכל מי שחטא נגדי בין בגופי בין בממוני. און ווען אלע אידן זאגן די דאזיגע תפלה און זיינען זיך געגנזייטיג מוחל, דערווייטערט זיך יעדער פון גזל און קען זאגן על לא חמס בכפי ותפלתי זכה. דעריבער ווערט די תפלה אנגערופן תפלה זכה.

(פונעם ספר הדעה והדבור)