ימים נוראים אלמאנאך חסידים דערציילן
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
תשובה, תפילה, און צדקה.
פון יהודא ליב לעווין[1], דער זון פון יצחק מאיר לוין ז"ל
דער רבי ר' בער פון ראַדאָשיץ זצוק"ל איז אמאל אריינגעקומען מיט א געוויין צו זיין רבי'ן, דער
חוזה פון לובלין, און אויסגערופן:
- הייליגער רבי, ווייזט מיר א דרך תשובה צו טאן!
- אויף וואסערע עבירות ווילסטו א תשובה?
- הייליגער רבי, איך בין אזא זינדיגער אז איך ווייס אפילו ניט אויסצורעכענען די חטאים.
- אויב אזוי, - האט דער חוזה געענטפערט - זיינען מיר דאך ביידע אויף איין מדרגה. לאמיר-זשע ביידע צוזאמען תשובה טאן.
דער ישמח משה זצוק"ל פון אוהעל איז געווען א גרויסער בעל־חלומות.
ערב ראש השנה האט ער געהאט א חלום און עס דערציילט פאר זיינע חסידים:
- איך האב געזען אין חלום ווי אידען לויפן און האווען, זאגן תהלים און זיינען מורד דמעות צוליב די באגאנגענע עבירות. האב איך זיך געטראכט: מיך מיינט מען נישט. איך האב נישט געזינדיגט.
איך האב געטאן לויטער מצוות. איך האב געדאווענט און געלערנט. וואס-זשע דארף איך זיך זארגען?
פּלוצלינג זע איך ווי מיינע מצוות און מעשים טובים וואלגערן זיך אין מיסט און קיינער קוקט זיך אויף זיי גישט אום. האב איך זיך אויסגעכאפט א דערציטערטער און אויסגערוסן צו זיך:
– א פּנים מען דארף תשובה טאן...
א חסיד איז איינמאל אריינגעקומען צו ר' ישראל פון רוזשין זצוק"ל און אויסגערופען:
- רבי, איך האב געזיגדיגט און איך וויל טאן תשובה!
- פארוואס-זשע טוסטו טאקע נישט קיין תשובה?!
- אה, רבי, איך ווייס נישט ווי אזוי...
- אבער ווי אזוי צו זינדיגען האסטו יא געוואוסט?
- אה, רבי, איך האב געטאן דאס וואס עס האט זיך מיר פארגלוסט. דערנאך האב איך זיך דערוואוסט, אז דאס איז א זינד.
- אויב אזוי, ווייסטו דאך שוין וואס צו טאן: מען גיסט אויס דאס הארץ פארן רבונו-של-עולם. מען טענה'ט חרטה אויף די עבירות, און דער חשבון וועט שוין שפּעטער געמאכט ווערן.
דער רבי ר' שמעלקע פון ניקעלשבורג זצוק"ל האט אמאל געזאגט:
- א מענטש ווייסט נישט אפּצושאצן דעם באדייט פון די ימים נוראים, ווען עס ווענדעט זיך אין מיר, וואלט איך קיינמאל נישט געוואלט שטארבן. ווייל אויף יענער וועלט איז נישטא קיין ימים נוראים. און וואס פאר א ווערט האט א לעבען אן א יום-כפור און אן א הרהור-תשובה?
דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זצוק"ל, בעת ער האם געזאגט תשליך ביים טייך, האט ער אויסגעטרייסעלט די טאשן ווי דער מנהג איז, ווי א סימבאל אז מען טרייסעלט זיך אפּ פון די עבירות.
בויגט זיך אראפּ איין חסיד, ר׳ זאב, דער בעל לשון הזהב. ווי ער וואלט זיך באמיט צונויפקלויבן דאס וואס דער רבי האט אויסגעטרייסעלט פון די טאשן.
- וואם זוכסטו עפּעס, ר' זאב? — האס דער רבי געפרעגט.
- אייערע עבירות, רבי, זוך איך. זיי זיינען חשוב'ער פון מיינע מצוות.
א בעל־עגלה איז אמאל געקומען צו ר' מיכל'ע זלאטשעווער זצוק"ל און געבעטן א תשובה אויף חילול שבת. דערביי האט ער אים דערציילט, אז דער וואגן מיט סחורה האט זיך איבערגעקערט און ביז ער האט צונויפגעקליבן די סחורה האט ער געמאכט א שטאך אין שבת.
דער רבי ר' מיכל'ע האס אים ארויסגעגעבן א הארבע תשובה: ער זאל זיין נע-ונד, פאסטן רצופים, שלאפן אויף דער הארטער ערד, און ער זאל אפּקומען פאר זיין זינד.
אויף זיין וואנדער-וועג האט דער בעל-עגלה באגעגענט דעם הייליגן בעל-שם-טוב, פאר וועמען ער האט אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ, דער בעש"ט האס אים אויסגעהערט און אים ארויסגעגעבן א תשובה, אז ער זאל קויפן א פונט ליכס און זיי אנצינדן אין שול לכבוד שבת.
דערציילט אים דער איד וועגן דער הארבער תשובה, וואס רק מיכלקע זלאטשעווער האט אויף אים ארויפגעלייגט. זאגט אים דער בעל־שם-טוב:
- זארג נישט, מיין קינד. עם וועט אלץ זיין רעכט. אבער פאר קיין זלאטשעוז און זאג אן ר' מיכל'ען, אז מיר וועלן שבת האלטן אין כוואסטאוו, און ער זאל קומען צו אונז אויף שבת.
פארשטייט זיך, אז ר' מיכל'ע האם געפאלגט. אבער אויפן וועג ויינען געווען פיל מכשולים. דער וואגן איז צעבראכען געווארן, די רעדער זיינען אריין אין זומפּ, און ווען ער איז פרייטאג פארנאכט געקומען קיין כוואסטאוו, האט ער שוין געהאט פארענדיגט קבלת שבת.
ווי נאר רק' מיכלקע האט באטראטן די שוועל פון בעש"טס צימער, האט דער בעש,ט צו אים אויסגערופען:
- גוט שבת, ר' מיכל'ע! איצט ווייסטו שוין דעם טעם פון יסורי חטא? איצט וועסטו נישט אזוי שטרענג זיין מיט א אידן, וואס איז נעבעך געשטרויכעלט געווארן? . . .
עמעצער האט געפרעגט דעס רבי'ן ר׳ מאיר'ל פון אפט זצוק"ל: מיר זאגן ביי די על־חטאים – שחטאנו לפניו בוידוי פה – איז דאס זאגן וידוי אויך א זינד?
- די כוונה איז, אז מען בעט מחילה דערפאר, וואס מען זאגט וידוי בלויז מיטן מויל, און דאס הארץ איז נישט דערביי - האט ר' מאיר'ל געעטפערט.
איינער א משכיל האט געפרעגט דעם רבי'ן ר' יצחק ווארקער זצוק"ל: פארוואס האט מען מתקן געווען די על-חטא'ס לויט א"ב. צי האט מען אויך געזינדיקט לויט א"ב?
- ווען נישט דער סדר לויט א"ב, וואלט מען נישט געוואוסט ווען אויפצוהערן זיך קלאפּן על חטא'ס - האט דער ווארקער רבי געענטפערט.
דער קדושת לוי זצוק"ל האם אמאל געזאגט בעת א שבת-שובה-דרשה:
- מיר לעבען היינט אין א פארקערטער וועלט: אמאל האבן אידן געלעבט ערלעך, געהאנדעלט ערלעך, נישט געשוואוירן פאלש, נישט געזאגט קיין ליגן, און אז מען איז געקומען, אין די הייליגע טעג אין שוהל און געזאגט: אשמנו, בגדנו, גזלנו - איז אין דעם נישט געווען קיין שמץ אמת. קומט אויס אז אין שול האט מען געזאגט הוילע שקר און אין גאס - לויטער אמת.
היינט אבער איז פארקערט: אין גאס לעבט מען מיט שקר, און אין שול, ווען מען זאגט אשמנו, בגדנו, גזלנו - זאגט מען לויטער אמת. לעבן מיר נישט היינט אין א פארקערטער וועלט?!
דער סאדיגורער רבי ר' אברהם יעקב זצוק"ל, האט זיך איינמאל אויסגע'טענה'ט מיטן רבונו של עולם:
בעת גלות מצרים, האסטו גוזר געווען 400 יאר גלות. אבער ווען דו האסט זיך ארומגעקוקט אז אידן וועלן פארפאלן ווערן אין גלות - האסטו זיי אויסגעלייזט פאר דער צייט.
דאס זעלבע איז געווען ביי גלות בבל. דו האסט געזען, אז אידן פאלן אלץ טיפער און טיפער, האסטו זיי אויסגעלייזט נאך זיבעציג יאר.
איצטער אבער, ביי גלות אדום, זיינען מיר שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות. עס פאלן פון אונז שטיקער, מיר ווערן אלץ ווייניגער און ווייניגער. פרעג איך דיך: רבונו-של-עולם, ווי לאנג איז דער שיעור? איז שוין נישט די העכסטע צייט פאר דער גאולה שלימה?
עמעצער האט אמאל געפרעגט דעם גערער רבי'ן, בעל חידושי הרי"ם זצוק"ל:
- ווען מען קומט צו דער תפלה: אדם יסודו מעפר - ווערט אין שול א בכיה און יללה.
פרעגט זיך: ווען דער מענטש וואלט באשאפן געווארן פון גאלד און ער ווערט שפּעטער פארוואנדעלט
אין ערד, - וואלט מען טאקע באדארפט קלאגן און וויינען. אבער ווען מען וזערם באשאפן פון ערד
און מען קערט צוריק צו דער ערד, - וואס-זשע איז אזוי גרויס דער רעש?
- דער רעש איז אזוי גרויס דערפאר, - האט דער חידושי הרי"ם געענטפערט, - ווייל דער מענטש איז באשאפן געווארן צו דערהויבן דעם חומר צו א גאר הויכער מדרגה. אבער ווען מען מאכט דעם לעצטן חשבון און מען געפינט, אז מען איז באשאפן געווארן פון ערד און מען קומט צוריק צו הוילע ערד, דארף מען דערויף טאקע וויינען און קלאגן.
בעת דער ״קדושת לוי״ זצוק״ל איז געווען ביי זיין רבי'ן אין מעזריטש, האט ער ערב יום כפור באקומען א בריוו פון זיין שווער. האט ער זיו מיישב געווען, עס איז דאך ערב יום כפור, איך וועל שוין איבערלייענען דעם בריוו נאכן תענית.
נאך נעילה, קומענדיג אויף דער סטאנציע, עפענט ר' לוי יצחק דעם בריוו און לייענט אים אויפן קול:
- איך פארשטיי דיך נישט, מיין איידעם, אויף וועמען האסטו זיך פארלייגט? איך האב דיר געטאן אזוי פיל טובות און צום סוף האסטו אלץ פארגעסן. דו ביסט געפארן קיין מעזריטש און דו פארברענסט דארט גאנצע חדשים. אזוי לערנט מען דארט, אין מעזריטש, צו זיין א משלם רעה תחת טובה?
- יא, ער איז גערעכט, דער שווער, ער האט מיר געטאן גרויסע טובות, - האט ר' לוי יצחק גערעדט צו זיך, - אבער דעד רבונו של-עולם האט דאך מיר געטאן גרעסערע טובות, איז ער דא דער ערשטער בעל חוב - לאמיר זשע דאווענען מעריב...
א חסיד האט זיך פארקלאגט פארן רבי'ן פון קאצק זצוק"ל, אז די דאגות לאזן אים נישט צו רו. ער האט איבערגעלאזט אין דער היים א ווייב און קינד און זיי גייען דארט אויס פון הוגגער.
- טו תפלה צום באשעפער - איז געווען דער ענטפער פון רבי'ן.
- אבער איך ווייס דאך נישט ווי אזוי מתפלל צו זיין!
- אה, דאס איז טאקע די הויפט-זארג. דערויף דארפסטו באמת זארגן...
צו ר' משה פון לאדמיר זצוק"ל את געקומען א איד אן ארימאן און געביטערט פאר אים:
- רבי, מיין הויזגעזיגד ליידט נויט, און איך פארמאג נישט קיין פּרוטה. זאל דער רבי פאר מיר מתפלל זיין.
- פארוואס ביסטו נישט אליין מתפלל? - האט ר' משה געפרעגט.
- אה, רבי, עס איז מיר זייער ביטער און איך קען אפילו נישט תפלה טאן.
- און זארגן קאנסטו יא?
- גו, צו זארגן בין איך דאך ווייניגסטנס מחויב. איך האב דען אן אנדערע ברירה?
- אה, זאג נישט אזוי. אויך צו טאן תפלה ביססו מחויב. דו האסט דען אן אנדער ברירה?
אן ארענדאר איז אמאל געקומען צום מעזריטשער מגיד און געקלאגט זיך פאר אים אז מיט פרנסה איז זייער שלעכט.
- וואס זשע ווילסטו פון מיר?
- איך וויל, אז דער הייליגער צדיק זאל פאר פיר בעטן גאט.
- עס וואלט גלייכער געווען ווען דו פארלאנגסט פון פיר, אז איך זאל דיך אויסלערנען בעטן דעם רבונו-של-עולם, וועסטו מער נישט דארפן אנקומען צו מיר.
דער קדושת לוי - האט איינמאל, מוצאי יום כפור, באגעגענט א חסיד און געזאגט צו אים:
- איך ווייס אויף וואס דו האסט געבעטן היינט ביי די תפלות. דו האסט געבעטן ביים רבונו-של-עולם טויזנט רובל, כדי דו זאלסט קענען זיצן און לערנען אן שום טרדות און שטערונגען. דערנאך האסטו זיך מיישב געווען, אז טויזנט רובל מיט א מאל וועט דיר פארשאפן מער דאגות און טרדות וואס צו טאן מיט אזוי פיל געלט, דעריבער האסטו געבעטן, אז מען זאל דיר די טויזנט רובל געבן אין צוויי מאל. ביי נעילה האסטו זיך מיישב געווען, אז עס איז א חוצפה צו בעטן אזוי פיל געלט מיט אמאל, און דו האסט פארלאגנט אלע אלע דריי חדשים צו 250 רובל.
- יא, רבי, אזוי איז עס געווען!...
- אבער, מיין קינד, מעגלעך אז אין הימל וויל מען גארנישט דיין דאווענען און לערנען, נאר גאר דיינע דאגות און טרחות...
דער רבי ר' זושא זצוק׳"ל איז כל ימיו געווען א ביטערער ארעמאן, אבער דערביי איז ער געווען תמיד פריילעך.
איינמאל איז געקומען צו גאסט א קרוב און די רביצין האט זיך פאר אים פארקלאגט, אז די קינדער האבן נישט קיין ברויט און קיין בגד, עב איז ממש נישטא דעם טאג איבערצולעבן, און זושא זיצט א גאנצן טאג אין בית מדרש און עם גייט אים גארנישט אן.
דער קרוב איז געלאפן אין בית מדרש אריין און זיך געבייזערט אויף דעם רבי'ן ר׳ זושא:
- דו זיצט זיך דא און דו ביסט פריילעך, און אין דערהיים גייען זיי אויס פון הונגער, און די קינדער האלטן אין איין וויינען.
- אוודאי דארפן זיי וויינען, ווען זייערע אויגן זיינען געווענדעט צו זושא'ן, אז ער זאל זיי מפרנס זיין. זושא אבער ווענדעט זיינע אויגן צום טאטן אין היעל, פארוואס-זשע זאל איך נישם זיין פריילעך?
א רב א למדן איז אמאל געקומען צום מגיד פון מעזריטש זצוק"ל און געפרעגט א קשיא:
- זאגט מיר רבי די חז"ל זאגן, אז א מענטש איז מחויב צו לויבן דעם באשעפער פארן שלעכטס ווי פארן גוטס. ווי אזוי קען א בשר ודם זיך דערהויבן צו דער דאזיגער הויכער מדרגה?
- די דאזיגע קשיא וועט דיר פארענטפערן מיין תלמיד, ר׳ זושא, וועלכער זיצט אין בית המדרש.
דער רב זוכט ארום א ר׳ זושא, אבער אומזיסט. ערשס צום סוף ווייזט מען אים אים אויף אן ארעמאן, אין צעריסענע קליידער, ודעלכער זיצט ביים אויוון און לערנט. דאס איז דער ר' זושא.
ר׳ זושא הערט אויס די קשיא און ענטפערט תמימות'דיג:
- זיים מוחל, רב, דא מוז זיין א טעות. ווארום ווי אזוי קען מען מסביר זיין דעם ענין פון גוטס און שלעכטס א מענטש, וואס איז ארומגערינגלט מיט לויטער חסדים, ווען ער האס קיינמאל פון קיין שלעכטס נישט געוואוסט?
ווען דער שרף פון סטרעליסק איז צוריקגעקומען אהיים פון זיין רבי'ן ר׳ שלמה קארלינער האט ער באשלאסן אפצושליסן זיך אין זיין צימער און בלויז איינמאל אין וואך, שבת, זאל ער ארויסגיין אין שוהל צו קריאת התורה.
איבעצייגענדיג זיך, אז דער עולם שמועסן ביים לייענען און רעדט דברי לצנות, האט ער באשלאסן אויך צו קריאת התורה נישט ארויסקומען פון זיין חדר'ל.
אין א ציים ארום האט ער געלערנט אין זוהר הקדוש, ווי וויכטיג און הייליג ס׳איז תפלה בצבור. האט ער געזאגט צו זיך:
- וואס גייט עס מיך אן ווי לייטן פירט זיך. ווען דער באשעפער וואלט געהייסן דאווענען מיט צען קלעצער, וואלט איך דען נישט מקיים געווען זיין געבאט? - און פון דעמאלט אן האט ער אנגעהויבן דאווענען בצבור.
ווען דער גערער רבי, ר' אברהם מרדכי זצוק"ל, האט אנגעהויבן נוהג נשיאות זיין, האט ער איינגעפירט תפלה בזמנו.
ביי חסידים איז עס געווען א גאנצע רעוואלוציע, און זיי זיינען געקומען נאך אן אויפקלערונג
צו ר' אברהמ'לע פּאריסאווער. איינער פון די געהויבענע גערער חסידים.
- משל למה הדבר דומה, צו א דארפסמאן וואס האט ליב געהאט צו עסן גוטע מאכלים. עס האט
טאקע לאנג געדויערט ביז דאס מיטאג איז פארטיג געווארן, אבער עס האט זיך געלוינט צו ווארטן.
לימים האט דאס ווייב איז גענומען דערלאנגען פּראסטע מאכלים, אבער די הכנות האבן געדויערט
אזוי לאנג ווי פריער.
דא איז דער דארפסמאן ארויס מיט א טענה:
- מילא, ווען דו האסט מיר דערלאנגט מעדנים, האב איך פארשטאנען אז מען דארף דערצו לאנגע
הכנות און עס האט זיך טאקע געלוינט צו ווארטן. אבער פארן ביסל קאשע צו ווארטן אזוי לאנג?
דאס זעלבע איז מיטן דאווענען. פארצייטענס, ווען דאס דאווענען איז געווען געדאווענט, האט זיך
געלוינט צו ווארטן און אפילו עובר זיין זמן תפלה, אבער צו אזא פשוט'ן דאווענען ווי מיר דאווענען,
צו וואס דארף מען אזוי פיל הכנות?
פארוואס מאכט מען נישט קיין ברכה פאר דער מצוה פון צדקה? - האט מען געפרעגט דעם רבי'ן ר' בונם פון פּשיסכא זצוק"ל.
- כדי מענטשן זאלן נישט זאגן אז זיי זיינען נישט גרייט צו דער ברכה, און דעווייל וועט דער ארעמאן ליידען...
אויף דער זעלבער פראגע האט אויך געענטפערט דער רבי ר' שלמה פון ראדאמסק זצוק"ל:
דערפאר האט מען נישט מתקן געווען קיין ברכה אויף דער מצוה פון צדקה, ווייל א ברכה דארף מען מאכן בשמחה, און א נגיד ווען ער גיט צדקה, גיט ער עס נישט מיט קיין גרוס שמחה.
עס האט עמעצער אמאל געפרעגט ר' לייבעלע קאוולער זצוק"ל:
מיר זעען א פארקערטע וועלט. ארעמע לייט זיינען גרייט אוועקצוגעבן א אידן דאס לעצטע העמד,
און ביי עשירים איז שווער א פּרוטה ארויסצובאקומען.
עס את גאגץ נאטורלעך, - האט דער רבי געענטפערט, - די עשירים האבן א פליכט צו געבן צדקה, קומט דער יצד-הרע און לאזט נישט. אבער די ארעמע לייט האבן נישט די דאזיגע פליכט, לייגט זיך נישט אריין דער יצר-הרע און שטערט.
דער רבי ר׳ משה לייב סאסאווער זצוק"ל איז געווען דעד פארזארגער פון אלע שטאטישע ארעמע לייט. איינמאל האט ער געגעבן א סומע געלט צו א באקאנטן שיכור. דער שיכור איז גלייך געלאפן אין שענק און זיך גוט אנגע'שיכור'ט. איז דער שטאט-גביר געקומען מיט א טענה צום רבי'ן:
- ס'טייסש, רבי, איר גיט געלט צו אזא שיכור! איד זענט דעריבער נכשל געווארן בבני אדם שאינם מהוגנים. איך אבער בין פארזיכטיגער מיט געבען צדקה, און דערפאר בין איר ניט גורם צו אזא חילול-השם, אז א איד זאל זיך אנ'שיכור'ן און וואלגערן אין גאס.
- עס איז ריכטיג, מיין פריינט – האטר'משה לייב געענטפערט: - פּונקט ווי צו דיר קומט אויך צו מיר דער יצר-טוב און דער יצר-הרע. איינער ואגם יא געבן, און דער צווייטער זאגט: נישט געבן. הער איך דעם יצר-טוב און איו בלייב אן א פּרוטה. ווען איך האב מער נישט קיין געלט, קלויבן זיך אויף די צוזיי מלאכים, דער יצר-הרע מיטן יצר-טוב, און גייען אוועק, ווארום וואס האבן זיי צו טאן ביי אוא קבצן ווי איך? ממילא בלייב איך דאף אן שמירה און איף ווער געשטרויכעלט...
איר אבער האלט פעסט דאס געלט, און ווען די ביידע יצרים קומען צו אייך, איינער זאגט יא געבן און א צווייטער נישט געבן - זענט איר פארזיכטיג און זאגט צו זיך: איך וועל זיך מיישב זיין. וואס איז דאס געאייל? ממילא שטייען ביידע מלאכים אויף דער וואך און היטן אייך. דער יצר-טוב ווארט, אפשר וועט איר זיך פארט מיישב דין און געבן צדקה, און דעד יצר-הרע היט אייך, אז איר זאלט חס ושלום נישט געבן – איז דען א וואונדער אז איר ווערט נישט נכשל, ווען איר האט תמיד אזעלכע צוויי מלאכים אלס שומרים? . . .
דער טריסקער מגיד זצוק״ל האט געהאט טענות צו א גביר א קמצן, פארוואס ער גיט נישט קיין
צדקה.
- איך זוך אלץ דעם פּאסיגן ארעמאן, רבי, אבער ליידער האב איך אים ביז איצם ניט געפונען.
- אבער וואס וועסטו טאן אין יום-הדין, ווען מען וועט דיך פרעגן: דער באשעפער האט נישט געזוכט דעם פאסיגן מאן צו געבן דאס געלט, והראיה, מען האט עס דיר אנפארטרויט, און דו האסט אלץ געזוכט דעם פּאסיגן ארעמאן?
ר' נפתלי ראפשיצער זצוק"ל האט אמאל געפרעגט א גביר א קמצן, פארוואס ער גיט נישט קיין צדקה.
- איך וויל נישט גיין געגן דעם רצון הבורא. דער בורא האט באשטימט אז יענער זאל זיין אן ארעמאן, וועל איך גיין געגן זיין רצון?
- אויב אזוי איז גלייך אז דו זאלסט אליין ווערן אן ארעמאן, ווארום אלס גביר קענסטו זיך אמאל פארגעסן און געבן א פּאר פרוטות צו אן ארימאן, אבער ווען דו וועסט זיין ארעם, וועסטו נישט קומען צו אזא סכנה.
ווען דער קדושת לוי האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער ר' ישראל פרץ פון לעווערטאוו, זיינען איינמאל געקומען אורחים אין הויז. האט ר' לוי יצחק געבראכט שטרוי און אויסגעבעט פאר זיי געלעגערס.
דער שווער האם געהאט צו אים טענות:
- היתכן, דו ביסט דאך דיך מבזה. פאר א פּאר גראשן וועט דער גוי'שער משרת דאך ברענגען די שטרוי און מאכן די געלעגערס!
- נישט קיין שלעכטע עצה, - האט ר' לוי יצחק געענטפערט, - איבערגעבן דעם גוי אזא הייליגע מצוה און נאך צוצאלן אים געלט? !
ר' ישראל סאלאנטער זצוק"ל פלעגט ערב יום כפור מיטנעמען מיט זיך אין שול א פּאר קיכלעך און עס דארט אוועקלייגן אין פאל אויב עס וועט זיך מאכן אן ענין פון פּקוח נפש. אויב א איד וועט פאר'חלש'ן זאל מען אים באלד קענען געבן עפּעס טועם צו זיין.
אין א ראש השנה, נאכדעם ווי ר' ישראל סאלאנסער האט געהאט אפּגעזאגט א פייערדיגע התעוררות-דרשה, האט זיך דער עולם געשטעלט צו מוסף אין גרויס התלהבות. זיין תלמיד ר' אלעזר שולעוויץ האט פארנומען א פּלאץ ביי דער טיר פון בית מדרש. ווען ר' ישראל האט זיך אויסגערוקט פון שמונה עשרה איז ער צוגעגאנגען צו זיין תלמיד און אויף אים אנגעשריגען: גזלן: ווי וואגסטו אין טאג פון יום הדין זיך אוועקצושטעלן ביי דער טיר און צו בא'גזל'ען אזא עולם פון זייער לופט צו אטעמען...
(המאורות הגדולים)
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ וועגן די פטירה פון ר' יהודה ליב לעווין גיב ק קוק דא אין גליון הפרדס חודש טבת תשל"ט: