לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך מלכות שדי

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


מלכות שדי

פון ד"ר בן-ציון פעסלער ז"ל

(רעפלעקסן צו די ימים נוראים)

פאראן נאך אין די אידישע פאלקס-מאסן בשעת די ימים נוראים אט דער אייגענארטיגער און איינציג-ארטיגער הייליגער ציטער, אט דאס בענקען נאך דערהויבונג און דערלייטערונג, נאך א תיקון עולם במלכות שדי, וואס נאר א געוואלטיגע, טויזענט-יעריגע גייסטיגע דיסציפלינירונג פון אן אומה ווי די אונזעריגע האט געקענט און קען ארויסרופן.

אבער די אידישע אינטעליגענץ, אפילו די נאציאנאלע, שטייט אין די טעג נאך אלץ פון דער ווייטן. טייל שעמעוודיג און צווייפעלדיג, טייל צעמישט און טייל קיל דא אין סאמע הארץ אריין - פון אט דעם אויסברוך און טיפסטע נשמה-אנטפּלעקונג פון אונזער אומה אין די דאזיגע טעג.

פאר אלע אנדערע ימים־-טובים האבן זיי אויסגעפונען מאדערנע נאציאנאלע סימבאלן, וואס זענען ענלעך צו די נאציאנאלע פייערטעג פון אנדערע פעלקער. ווען עס קומט אבער צו די ימים-נוראים, קענען זיי ניט געפינען קיץ ענלעכקייט ביי די גויים און קענען זיך דעריבער פאר זיי ניט באגייסטערן.

נאך אלץ וויל די אידיש-נאציאנאלע אינטעליגענץ נישט תופס זיין, אז דווקא אין די ימים נוראים און נישט אין די אנדערע ימים טובים פארקערפּערט זיך די אידייע פונעם העכסטן ענד-ציל פון אונזער נאציע: מלכות שדי.

נאך אלץ דאכט זיך דער אינטעליגענץ אויס, אז די דאזיגע טעג פון גראנדיעזער פאלקס-ווידוי און פאלקס-חשבון-הנפש, פאלקס-תשובה און רייניגונג זיינען בלויז עקזאטישע איבערבלייבענישען פון אן אונטערגייענדיגער וועלט וואס וועט און דארף פריער אדער שפעטער פארשווינדן.

אז דאס אלץ איז נאר אן ענין פאר בטלנים אדער טרוימער, אבער נישט פאר קלוגע, זאכלעכע, אינטעליגענטע מענטשן, ווי דער היינטיגער דור איז עס און פארלאנגט עס.

נאר איז עס באמת אזוי? האט טאקע דער היינטיגער דור מיט דעם ניכטערן וועלט-באנעם געבראכט די ארעמע מענטשן פארשריט און גליק? לאמיר נאר א קוק טאן.

ס׳זיינען געקומען גרויסע עולם-הזה-מענטשן און האבן געפרעדיגט און געזאגט, אז דאס אומגליק פון דער מענטשהייט איז נאר די אומגערעכטע פארטיילונג פון די עולם-הזה-גיטער, פון מיין און דייך, און אז די גלייכע פארטיילונג וועט ברענגען דאס גלייכע גליק, שלום ושלוה צווישן מענטשן.

נו - איז געקומען דער הארטער, שווערער וואלץ פון עקאנאמישער גלייכשאלטונג אין רוסלאנד, אבער צו שלום און שלוה צווישן מענטשן דארט איז נאך זייער ווייט, אפילו צווישן די גלייכמאכער אליין. ווי פריער בייסט אויס איינער דעם צווייטן, באקעמפט אים, בא'רכילות'ט אים און טוט אים אפּ עינויים, נאר ער טוט דאס אונטער א נייעם נאמען און מיט א נייעם נוסח.

פּראצעסן און רייניגונגען, סיביר און שטראף-לאגערן, טויט-שטראף און עינויים קשים פאר'ן בלויזן עפענען דאס מויל...

זייגן ווידער אנדערע גרויסע עולם-הזה-מענטשן געקומען מיט אן אוניווערסאלער אידייע פון פעלקער-גלייכהייט אין פעלקער-בונד און פון א גערעכטער פארטיילונג פון אונזער וועלט, דער עולם-הזה, - פאר די עולם-הזה-פעלקער.

דעם קלאגעוודיגן רעזולטאט פון אלע באמיאונגען זעען מיר אין דעם איצטיגן וואפן-געיעג, וואס מוז פירן צו א וועלט-שחיטה, צו א וועלט-קאטאסטראסע, ר"ל.

און ווי אזוי איז עס אין אונזער אידיש וועלטעל?

געקומען אן אידייע פון אידישער זעלבסטשטענדיגקייט, פון א שטיקל עולם-הזה פארן פאלק פון עולם-הבא.

די דאזיגע אידייע האט זיך אנטוויקעלט און געמאכט פארשריטן. אבער דאך, ווי עס ווייזט זיך לעצטענס ארויס, קען די דאזיגע אידייע אלץ בלוי עולם-הזה'דיגע, מלכות-ישראל־אידייע, נישט דערפירן אפילו צו אחדות ישראל.

האבן מיר דאד היינט אויף דער אידישער גאס א צעשפּליטערונג און צערודערונג, א פּוסטן פּלפּול אפילו איבער ביצים שלא נולדו און א שנאת חנם ואחים, אז איין גאט זאל נאר שומר ומציל זיין!

ווי קען עס דען אנדערש זיין, אויב מען האלט דאס מענטשלעכע לעבן נאר פאר עפּעס, וואס דויערט בלויז פונעם וויגעלע ביזן קבר; די וועלט - פאר א שפּיל, אדער בערזע-פּלאץ, און די גאט-אידייע (אינעם בעסטן פאל) פאר איינעם פון די גלייכגילטיגסטע ענינים.

צי מןז אזא אופן פון מענטשלעכן דענקען און פילן נישט דערפירן פריער אדער שפּעטער צו אזא פירכטערלעכן צייט-אלטער, וועלכן די ניכטערע רוימער האבן באצייכענט אלס א בעלום אמניום קאָנטראַ אמנעס (א קאמף פון אלע געגן אלע) און אלס א צייט פון האָמאָ האָמיני לופּוס (א מענטש איז פארן אנדערן ווי א וואלף...).

איז עס בכן באמת נאר בטלנות, פינסטערע רעאקציע, אדער וועלט-פרעמדקייט, וואס אונזער דערפארונג אלס אויסגעפּרואווטע אומה שטרעבט און בענקט שוין טויזענטער יארן צו דער ערלעכסטער און גראנדיעזסטער דיקטאטור, צו א גאט-דיקטאטור, צו תיקון עולם במלכות שדי?

מוזן נישט ווידער אמאל - ביי דער פארווילדערונג פון מאראל, זיטן און לעבנס-פארמען - די אידייען פון אונזערע נביאים אקטועל און דינאמיש ווערן, נישט נאר טעארעטיש, נאר דווקא אויך פּראקטיש ביז אין די פיינסטע צווייגן פון אונזער ממשותדיג לעבן?

נאר אייניגע טיפערע אידישע אינטעליגענטן און טוער הויבן לאנגזאם אן דאס צו פארשטיין.

דאס איז אבער נאר די התחלה פון יחידים, און ווער ווייסט אויב און ווען ס'וועט קומען דער המשך יבוא פון אזא וויכטיגן רבים, ווי די אידישע נאציאנאלע אינטעליגענץ איז.

וועלן זיי גיין דעם וועג, אט דעם דרך המלך פון דער אידישער געשיכטע?

גאט און גאט'ס פאלק ווארטן אויף זיי מיט אפענע, ברייטע ארעמ'ס!