לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך אפּטימיזם און פּעסימיזם

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


גליון הפרדס חודש שבט תרצ"ט
אפּטימיזם און פּעסימיזם ( (שמחת תורה געדאנקען)

פון ד"ר לוי ניעמצעוויטש ז"ל

צוויי וועלט-השקפות זיינען פאראן אין דער וועלט-ליטעראטור, אין דער פילאזאפיע און אין דער סאציאלאגיע.

די פּעסימיסטן ברעגגען פארשידענע ראיות און באווייזן, אז די גאגצע וועלט איז אן עמק-הבכא, א תהום פה ליידז און פּיין; אז דאס מענטשלעכע לעבן איז א לאנגע קייט פון צדות. און דער טויט קומט אלס אויסלייזער, אלס גואל פון דעם גרויסן אומגליק, וואס הייסט וועלט. די פּעסימיסטישע וועלט-אנשויאונג האט דערגרייכט איר העכסטע מדרגה ביי בודא'ן מיט זיין אידעאל נירוואנא. בודא'ס נירוואנא איז דאס העכסטע פון דער וועלט, וואס ווערט פארוואנדעלט אין אן אפס-המוחלט, דארט וואו אלץ הערט אויף צו עקזיסטירן. נירוואנא איז די אייביגע רואיגקייט, ווען דאס גאנצע לעבן הערס אויף צו שאפן און זיך צו אנטוויקלען.

געשטיצט אויף בודא'ס טעאריע, האט דער דייטשער פילאזאף שאפּענהויער געשאפן זיין וויסענשאפטלעכן פּעסימיזם, וואס איז א לאנגע צייט געווען זייער פּאפּולער צווישן דער אזא גערופענער אינטעליגענץ.

אץ געגענזאץ צו די פּעסימיסטן. שטייען די אפּטימיסטן. דורך ליכטיגע ברילן קוקן די אויף דער וועלט, וועלכע די באטראכטן אלס גן עדן התחתון. די וועלט שטעלט זיך זיי פאר אלס א גרויסער גארטן, אין וועלכן עס וואקסן בלויז בלומען, און דער מענטש עקזיסטירט, כדי צו רייסן די רויזן פון דעם שיינעם גארטן, צו דערפילן זיינע תאוות און צו זעטיגן זיינע אינסטינקטן.

די צוויי אנטגעגענגעזעצטע טעאריעס. וועלכע לערנען דעם מענטשן ווי איינצוארדענען זיך אין לעבן, זיינען א רעזולטאט פון צוויי פארשידענע וועלט-אנשויאונגען און פילאזאפישע סיסטעמען. די פּעסימיסטן זעען אין דער וועלט נישט קיין שום צוועק און תכלית. אדרבא, די וועלט דערנענטערט זיך, נאך זייער שיטה, צום אונטערגאנג, צום חורבן; זי שטארבט אפּ און מוז אמאל אונטערגיין. אמת, אז די וועלט איז געווען שיין און גוט, אבער זי ווערט ערגער און ערגער, ביז זי וועט חרוב ווערן. די אפּטיסיסטן אבער גלויבן אין אנטוויקלונג און עוואלוציע פון דער וועלט. זי פּראגרעסירט שטענדיג, ווערט שענער און בעסער, און ממילא מוז אויך דער מענטש פון דער שיינער וועלט געניסן און אויסנוצן אלע מעגליכקייטן כדי בעסער צו לעבן.

טעאריע און פּראקטיק - דאס זיינען אייגענטלעך צוויי פארשידענע זאכן. דער גרויסער געלערנטער קען זיין אין זיין צימער, זיצענדיג ביים שיינעם שרייב-טיש, אויסקאמבינירן א שיין פּראגראם פארן לעבן און באווייזן מיט אותות ומופתים אז דאס לעבן איז א גן עדן, און דער מענטש עקזיסטירט כדי זיך צו לאזן וואוילגיין. אבער דאס רעאלע, טרוקענע לעבן האלט ווייניג פון פּראגראמען. פארשידענע באדינגונגען און פארהעלטענישן האבן די גרעסטע השפעה אויף דעם לעבן פון יחיד.

אויב איינער איז קראנק און שוואך, ארעם און עלענט, קאן ער בשום אופן נישט זיין קיין אפּטימיסט און דווקא וועלן לעבן לויט דעם פּראגראם פון דער אפּטימיסטישער שיטה. אויב איינער איז ווידער יונג, געזונט און רייך, וועט ער נישט ווערן קיין אנהענגער פון דער פּעסימיסטישער שיטה. עס זיינען דא פארשידענע באווייזן, אז די פילאזאפישע חקירות איבער דעם צוועק פון מענטש, ווי ער זאל זיך איינארדענען דאס לעבן, זיינען נישט געווען א רעזולטאט פון דער אדער יענער וועלט-אנשויאונג, איבער דעם צוועק און תכלית פון דער וועלט, נאר להיפוך: די פארשידענע פארהעלטענישן און באדינגונגען, אין וועלכער עס האט זיך געפונען דער אדער יענער געלערנטער, האט ארויסגערופן ביי אים אן אפּטימיסטישע אדער פּעסימיסטישע שטימונג, וועלכע איז שפּעטער געווארען ביי אים א שיטה, א סיסטעם און א לעבענס-אנשויאונג.

* * * * * * * * * *

אין געגענזאץ צו די צוויי שיטות שטייט דאס יהדות. דער אידישער דת און די אידישע אמונה האבן אין דער באציאונג אירע אייגענארטיגע וועלט-אנשויאונגען, וועלכע זיינען נישט א רעזולטאט פון דענקען פון דעם אדער יענעם יחיד, וואס האט גראד געלעבט אין בעסערע אדער ערגערע באדינגונגען. ניין! די אידישע השקפה אויף דער וועלט שטיצט זיך אויף דער תורה, וועלכע בלייבט אייביג און הייליג ביים אידישען פאלק.

זי איז נישט אפּהענגיג פון געשעענישן און באדינגונגען פון דעם אדער יענעם יחיה ווייל זי איז א נצחית, אן אייביגקייט, א לעבעדיגער קוואל פון תורת חיים. אפּטימיסטיש איז דער איד - ווייל די תורה גיט אים מוט: מיט גן עדן הויבט זי זיך אן, ווען דער חסד ה' איז אויסגעגאסן אויף דער גאנצער יצירה און די גאנצע טבע זינגט שירה צום באשעפער, און א גן עדן פון דער גאנצער מענטשהייט, איז דער ציל פון דער וועלט: והי' ה' אחד ושמו אחד.

עס וועט נישט זיין קיין פּירוד הדעות, קיץ פארשידענע פּראגראמען און תורות? איין אידעאל וועט די גאגצע וועלט פאראייניגן: דער רעיון פון אחדות הבורא וועט די מענטשהייט פירן צום אייביגן גליק.

א גן עדן איז געווען דער וועלט-אנפאנג און צו א גאלדענע צייט שטרעבט די וועלט...

די וועלט אנטוויקעלט זיך נישט פון חורבות צום גן עדן, גאר פון גן עדן צום גן עדן.

און דער מענטש? ער איז דער מבחר הבריאה. צוליב אים איז די גאנצע וועלט געשאפן: בשביל צדיק אחד נברא העולם, אט די שיינע וועלט. דאס איז פאר אים, פאר דעם איד וואס לעבט לויטן רוח התורה, ווייל אויך די וועלט עקזיסטירט נאר צוליב דער תורה: אם לא בריתי...

דעם איד'ס אפּטימיסטישע השקפה איז בכן נישט קיין רעזולטאט פון א פאראיבערגייענדיגער שטימוגג, פון א וועלט-אנשויאונג, וואס איז בעצם בלויז א סאביעקטיווע מיינונג. דער איד זעט אין זיין לעבן א שיינעם, הויכן אידעאל. און דער אידעאל גיט אים מוט און קראפט איבערצוטראגן מיט שמחה די גרעסטע קרבנות, ווייל מיט זיין לעבן פארווירקלעכט ער א הייליגן און גרויסן צוועק, וואס פירט צום וועלט-גליק.

* * * * * * * * * *

ווען שטורמישע ווינטן בלאזן, אפילו ווען שווערע כמארעס הענגען אויף אידישע קעפּ, קלאמערט זיך דער איד אין זיין העכסטן אידעאל, אין זיין תורת חיים. זי איז דער קוואל, פון וועלכער ער שעפּט חיות פאר זיין נשמה. און אז עס קומט דער יום-טוב, ווען דער איד איז מסיים די תורה, דעמאלט פילט דער איד אז דאס איז דער יום-טוב פון זיין לעבן, דער יום-טוב פון זיין עקזיסטענץ. איז עס דעמאלט דער יום-טוב פון שמחה, דער אמת'ער זמן שמחתנו איז דער יום-טוב שמחת תורה!