לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך דער חודש פון תשובה

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


דער חודש פון תשובה

פון הגאון ר' שמשון רפאל הירש ז"ל

רבי שמשון רפאל הירש תקס"ח - תרמ"ט

לוחות העדות זיינען געלעגן צעבראכן ביים בארג סיני. אונזערע פארפירטע עלטערן האבן דאס זעבארע (= זעאונג, ראיה) און צייטווייליגע געשטעלט העכער איבער דעם אומזעבארן און אייביגן; זיי האבן אפגעקערט דאס הארץ פון אייביגן באשעפער און גענומען דינען אן ערדיש באשעפעניש. נעמענדיג פאר זיך אלס סימבאל דאס גאלדענע קאלב, האבן זיי אנגעהויבן פארגעטערן די נאטור. אלה – אט די וועלט מיט אירע ערדישע גיטער, וואס מען קען אנטאפן מיט די חושים, האבן זיי פראקלאמירט אלס – אלהיך ישראל!

און אזוי זיינען די געטליכע לוחות מיטאמאל געלעגן צעבראכן אין שערבלעך. ווייל ווען עס פארשווינדט דעם מענטשענס באוואוסטזיין אין זיין אייגענער געטליכער נאטור; ווען דער מענטש קען זיך ניט אויפהויבן צו דעם איינציגן אומזעבארן און העכסטן; ווען ער בוקט זיך צו די פיס פון דער נאטור איבער וועלכער ער, דער מענטש, דארף זיין דער האר און ניט דער קנעכט, – דאן איז ניטא מער דער יסוד אויף וועלכן צו בויען גאט׳ס הויז. ניטא מער די ערד אויף וועלכער מען זאל קענען פלאנצן א געטלעך-מענטשלעך לעבן, דורכגעדרונגען מיט גאט'ס גייסט.

אבער דאס פארבלענדעניש האט ניט לאנג אנגעהאלטן. דאס פינסטערע נעפעל איז זיך צעגאנגען. די וואס האבן געדינט דאס פארגענגליכע זיינען אפגעווישט געווארן און דעם גייסט פון אונזערע עלטערן האט זיך צוריקגעקערט צום אייביגן גאט. דאן איז געקומען גאט'ס חסד אין דער פראקלאמאציע פון "סלחתי". דער אייביגער בונד איז צוריק געשלאסן געווארן. דאס פאלק האט צוריק באקומען די לוחות העדות און מען האט זיי אנגעוויזן ווי אזוי צו בויען דעם הייליגן משכן.

ס'איז געווען דער צענטער טאג אין חודש תשרי ווען דאס ווארט "סלחתי" האט גע'חתמ'עט דאס ארויסהויבן זיך פון אונזער פאלק פון דער געפאלענקייט אין וועלכער עס האט געהאט געזונקען. און דער דאזיגער פאקט האט געהייליגט דעם חודש תשרי פאר אלע צייטן, אלס א חודש פון טיפסטער ערנסטקייט און הייליגסטער שמחה.

תרועה און תשובה, סליחה, כפרה און טהרה, אמונה און שמחה. אט דאס איז דער בוים, דער עץ החיים, וואס דער חודש תשרי פלאנצט איין, יאר-יערלעך אין אונזער לעבן און וואס רופט אונז אלע זיך צו שיצן אין זיין שאטן. תרועה און תשובה זיינען די ווארצלען. כפרה, סליחה און טהרה, איז דער בוים, אמונה און שמחה, זיינען די לעבענס-זאפטיגע פרוכטן. דער בוים קען נישט געבן זיינע מחיה'דיגע פרוכטן אן גענוג שטארקע ווארצלען.


דער קול תרועה פון שופר מוז קודם כל אונז מאכן אויפוואכן פון אונזערע פוסטע טרוימען, אונזערע פאלשע אילוזיעס אין וועלכע אונזערע חושים וויגן אונז איין. עס דארף דערשיטערן די אלע אילוזארישע געביידעס וואס מיר בויען אין די לופטן פון אונזער פאנטאזיע. דאן קומען די טעג פון תשובה וואס לערנען אונז ווי אזוי צו געפינען דעם וועג צוריק אין די ארעמס פון אונזער פאטער אין הימל און פירן אונז אריין אין טאג פון יום הכפורים. דער טאג פון יום כפור צעשטערט אלע בריקן מיט דער זינדיגער פארגאנגענהייט און צוזאמען מיט כפרה, סליחה און טהרה, זיינען מיר זוכה צו א נייעם ריינעם באדן אויף וועלכן מיר קענען אינעם יום-טוב סוכות מיט פארטרויען און שמחה אויפשטעלן דעם משכן פון אונזער לעבן.

יום תרועה. דאס איז די התחלה. מיטן קול שופר האט אונז גאט אמאל צונויפגעזאמעלט ביים בארג סיני און מיטן דאזיגן קול שופר וועט ער אונז ווידער צונויפזאמלען אין טאג פון והיה ביום ההוא.

דער קול שופר פלעגט אמאל רופן דעם שקלאף צו זיין פרייהייט, דעם ארימאן צוריק צו זיין פארמעגן, און דעם אנטאייגענטן היימלאזן צוריק צו זיין היים. אזוי רופט אונז דער קול שופר יעדן תשרי צוריק צו גאט. עס רופט דעם פארשקלאפטן צו זיינע חושים, צוריק צו געטלעכער פרייהייט; דעם ארימאן ווי דעם מכלומרשט רייכן, צוריק צו אמת'ער עשירות און דעם פארוואגלטן וואנדערער צוריק צו זיין אייגענער הייזם.

די תקיעה פלעגט זיין דער רוף צו אונזערע עלטערן זיך צו פארזאמלען ארום זייער פירער. די נאכפאלגענדע תרועה איז געווען דער סיגנאל צום קאמף, בעת די ווייטערע תקיעה איז געווען דער רוף צום מארש פאראויס צום ציל, דארט וואו גאט האט זיי שוין דערווארט גייענדיג פאראויס הינטערן ענן הכבוד מיטן ארון הברית.

אזוי רופט אונז די תקיעה פון תשרי צוריק צום פאסטוך וועמען מיר האבן פארלאזן. דאן קומט די תרועה וואס רופט אונז אויפצושפרינגען צום קאמף, אפצוברעכן יעדער פריערדיגע פארבינדונג מיטן שלעכטן, דערווייטערן זיך פון יעדער פאזיציע אויף וועלכער עם רוט ניט גאט'ס ברכה און אפרוימען יעדער זאך וואס שטעלט זיך אין וועג צווישן אונז און גאט. דאן קומט ווידער די תקיעה וואס רופט אונז צום הייליגן ארט וואו עס געפינט זיך דער ארון הברית, אונטער דעם גנעדיקן וואלקן פון אים ברוך הוא.

דער הויפט-מאטיוו פון טאג איז תרועה – דער שאלענדער קאמפס-רוף. די תקיעה אליין איז ניט גענוג! ס'איז איבעריג דיין שטעלן צו גאט'ס רוף, אויב דו ביסט צו שוואך נאכצופאלגן זיין תרועה-רוף! אויב די תרועה מאכט דיך ניט אויפציטערן, אויב עם דערוועקט דיך ניט פון דיין זיסן שלאף וואס שלעפט דיך אראפ צום אפגרונט.

ס'איז איבעריג דיין הערן די תקיעה, אויב דו דערהערסט ניט אויך די תרועה, דעם רוף צו באקעמפן און אפצוברעכן מיט דיינע געוואוינהייטן, דיינע תאוות און אימפולסן וואס מאכן דיד א שקלאף צו דער וועלט.

ודי איז דיר אויב דיין גאט, וועמענס תקיעה רופט דיך, איז פאר דיר ניט מער ווי א הערשער צו וועמען דו פילסט בלויז די פליכט אפצוגעבן זיין כבוד אין טאג פון ראש השנה. וויי איז דיר, אויב דו דערהערסט ניט זיין ווארנענדע תרועה, מיט וועלכער ער פארלאנגט דיין גאנץ וועזען, דיין גאנצע צייט, דיין גאנצן כוח, אלע דיינע געדאנקען און געפילן; וויי איז דיר אויב דו דערהערסט ניט די פאדערונג זיך איבערצומאכן און איבערצואנדערשן.

דער יום-תרועה ווערט נאכגעפאלגט פון א וואך פון תשובה. תשובה, צוריקקער — ווער וואגט דען אפילו בלויז צו ברענגען פארן מויל די דאזיגע ווערטער אין א דור אין וועלכן יעדער איינער בוקט זיר צו פראגרעס, צום פארשריט ?

אבער גאט פארלאנגט דיין צוריקקער, דיין אפשטעלן זיך אין מיטן פון דיין "פארשריט" און נאכפּרואוון דיין וועג.

ווייל אפשר איז דיין פארשריט גארניט קיין פארשריט? שטעל דיר פאר, אז דו האסט געמאכט א טעות און ביסט ארויף אויף א פאלשן וועג. אמת, דו גייסט פאראויס, דו מאכסט פארשריט, דו פּראגרעסירט, — אבער וואוהין ? גיין פאראויס מיינט ניט תמיד אויך דאס גיין אויפן ריכטיגן וועג.

נעמען ווי "פארשריט", "פּראגרעס" קענען דיר לייכט פארנארן, ווייל אלץ איז אפּהענגיג דערין צי דער וועג אויף וועלכן דו גייסט פירט דיך צום ריכטיגן ציל, פירט דיך צום מענטשלעכן שלימות, פירט צו דעם גליק וואס נאר גאט'ס וועג קען געבן דעם מענטש.

נאך מער. דו קענסט גיין אויפן ריכטיגן וועג פאראויס, נאר אין מיטן מארש מאכן בלויז אין א מאמענט פון שוואכקייט א קליינעם אפּנויג. און אט דער אפּנויג קען דיך פארפירן אין דער פארקערטער ריכטונג פון ציל. און ווען עס קומט גאט'ס רוף צו תשובה, פארוואס ניט דערהערן דעם רוף און נאכפּרואוון צי דו ביסט ניט אמאל ארויף אויף אזא פאלשן און געפערלעכן וועג?!

דערהער זשע דעריבער אין טאג פון תרועה דעם דאזיגן רוף צו תשובה. פּרואוו נאך דיינע וועגן, דיינע מחשבות און געפילן, דיינע ווערטער און מעשים, דיינע געשעפטן און פארוויילונגען, דיין פאמיליע-לעבן און די באציאונגען מיט דיינע פריינט, צי זיי זיינען אלע אויפן וועג וואס פירט צום גוטן און געטלעכן. און אויב ניט, איז איצט די צייט פון צוריקקערן זיך, — פון תשובה.

אבער ווי אזוי ווייט דער מענטש צי ער געפינט זיך אויפן ריכטיגן וועג? ווי אזוי ווייסט ער דעם ריכטיגן ציל? וואס איז זיין קאָמפּאַס אים צו פירן איבער דעם שטורמישן ים פון לעבן וואס טרייבט זיין שיף מיט יעדן ווינט? וואו איז דער וועג-ווייזער פאר דער דאזיגער רייזע וואס איז אויסגעשפרייט מיט אזוי פיל פּאסטקעס און פארפירערישע שילדן? וואו יעדער פאלשער וועג האט זיך זיינע פאלשע נביאים צו פּראקלאמירן די קרומע וועגן אלס ריכטיגע.

הער זיך צו, צו דער תקיעה און דו וועסט ניט בלאנדזשען. דער ארון הברית איז דיין וועג-ווייזער. גיי נאך אים, נאך דעם ענן הכבוד. דאס איז דיין וועג און דארט איז דיין שוץ, דיין ברכה. גיי פאראויס וואו דאס ווארט פון גאט באלויכט דעם וועג פאר דיר! אויב דו ביסט אראפ פון וועג, גיי נאך דעם ליכט.

מעגליך, אז דו וועסט זאגן, אז דו קענסט ניט מער צוריק. דו ביסט צו ווייט אוועק. דער וועג צוריק איז צו ווייט. נאך מער, דו קענסט פשוט ניט, ווייל דו האסט שוין לאנג איבערגעריסן מיט דעם וואס איז אייביג און הייליג. דו ביסט פשוט הילפלאז געגן דעם שונא אין דיין אייגן הארץ.

און דאך, טו תשובה! דערויף איז דא דער טאג פון יום הכפורים. דו מעגסט האבן ווי געזינדיגט. אמת, די לוחות הברית ליגן צעבראכענע פאר דער טיר פון דיין הויז, און דו האסט געטאנצט ארום דעם גאלדענעם קאלב און אלע עבודה זרה'ס פון דיין צייט. און דאך, דו ביסט ניט פארלוירן, ווייל עס קומט ווידער דער טאג פון יום כפור, דער טאג אין וועלכן גאט וועט נאכאמאל, ווי דעמאלט אין דער מדבר, זאגן: סלחתי!

דו דארפסט נאר טאן דייין חלק. פארריכט וואס עס לאזט זיך מתקן זיין. ווארף ארויס פון דיין הויז יעדן ניט ערליכן גראשען, מאך שלום מיט דיין באליידיגטן ברודער, באזייטיג אלץ וואס איז אומווירדיג און תורה'דיג אומגעזעצליך אין דיין פאמיליע-לעבן, אין דיינע ביזנעס און דיינע פארגעניגענס, און קום צוריק צו דיין פאטער אין הימל, וועלכער שטויסט קיינמאל ניט צוריק און וועלכער פראקלאמירט אייביג: "חי ה' כי לא אחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה".

אויב דו ביסט דערוועקט און צוריקגעבראכט געווארען צו גאט דורך דעם קול שופר, אויב דו ביסט דורכגעדרונגען מיט תרועה און כפרה, תשובה, סליחה און טהרה, אויב יום הכפורים האט דיך געפונען אין שויס פון דיין פאטער אין הימעל, — דאן וועט ער דיך א צווייט מאל צוריקברענגען צום לעבן און דיך לערנען ווי אזוי צו בויען דעם משכן פון דיין לעבן מיט א ריינעם ווילן און באנייטן כח, פריי פון יעדער שפור פץ זינד ער וועט דיך לערנען ווי אזוי צו דערפילן די אויפגאבע פון דיין לעבן, בעת דו קלויבסט צונויף די ברכה וואס ער שענקט דיינע ערדישע גיטער און דו וועסט זוכה זיין צו "ושמחת לפני ה' אלקיך".