לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך חושים פאר רוחניות

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


חושים פאר רוחניות

פון ר' יהודה לייב אָרלעאַן ז"ל

איבער הימל און ערד, איבער שטערן און ימים, איבער בערג און טאלן, איבער פייגל און פיש איז אויסגעגאסן דער געטלעכער גלאנץ. פונעם קלענסטן פלאנץ ביזן גרעסטן צעדערבוים, פונעם שוואכסטן ווערימל ביז דער העלדישסטער חיה דערציילן אלע דעם כבוד פון זייער באשעפער. פון אלעמען שיינט ארויס זיין אומענדלעכער חסד און גרעניצלאזע גבורה. פון יעדן איינציגן שטראמט זיין כוח און ענערגיע. אומעטום זעט זיר זיין שעפערישקייט און אנפירונג. אלץ זינגט א לויב-ליד צום אייביגן קעניג, צום באשעפער און רעגירער פון דער וועלט.

השם ב"ה האט טאקע מיט דער שאפונג פון דער וועלט באהאלטן זיין אומענדלעכקייט, פארהילט זיין ליכט, פארשטעלט זיין גדלות. ער האט טאקע באגרעניצט אונזער ראיה און באשרענקט אונזער השגה. דערפאר שיקט ער אונז אבער זיינע שטראלן דורכן געוועלבטן הימל, דורך דער געקנייטשטער ערד און דורך די געפארמטע באשעפענישן. אפילו אין דער טונקעלער און גראבער וועלט האט ער אונז מעגלעך געמאכט צו דערפילן דעם געטלעכן אטעם, וואס איז צעבלאזן אין דער גאנצער בריאה. מען דארף נאר דערצו האבן א פריי הארץ, אן אפן אויג און א געזונט אויער.

שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה... (ישעי׳ מ' כ"ו). הויבט אויף אייערע אויגן אין דער הויך און זעט ווער ס'האט דאס אלץ געשאפן! נאר איין בליק צום הימל, נאר איין קוק אויף דער וועלט און פאר אייך וועט זיך באווייזן די קראפט און פראכט פונעם באשעפער!

פארוואס באפאלט אבער פארט נישט די מענטשן קיין פחד פאר זיין גבורה? פארוואס באהאלט מען זיך פארט נישט אין די שפּאלטן פון די פעלזן צוליב מורא פאר זיין גרויסקייט? פארוואס איז מען פארט אזוי פארשייט און צעלאזן? פארוואס פילט מען פארט נישט קיין געפיל פון דאנקבארקייט פארן געהיימן בעל חסד?

צי פעלט דען די ענטשען נשמות און הערצער, אויגן און אויערן? צי האט מען דען נישט די מעגליכקייט צו זען און הערן, צו פילן און באגרייפן די שעפערישקייט און סואווערעניטעט פונעם באשעפער?

ניין! קיץ קריפּלען זיינען מיר טאקע ניט געבוירן. מיר קומען טאקע אין דער וועלט מיט אלע חושים. זיי האבן אבער נויטיג ווייטערדיגע אנטוויקלונג. זיי מוזן ערשט פון אונזער פלעגונג (= באהאלדונג, טיפּול) רייף ווערן. מיט דער נארונג, וואס מיר קארמען דאס ניי-געבוירענע קינד עפענען מיר אים ערשט זיינע אויגן, מאכן מיר אים ערשט זעעוודיג. דער זע-ארגאן איז טאקע פאראן. זיין פונקציע איז נאך אבער זייער שוואך. ער דארף ערשט, כדי צו ווירקן, פיל געקרעפטיגט ווערן.

מיטן וואוקס פונעם קינד הערט אבער אויף די געוויינלעכע נארונג צו גענוגענען. די פיזישע שפּייז מוז באקומען צו הילף פּסיכישע און גייסטיגע מיטווירקונג. די אנטוויקלונג פון די חושים ווערט אפּהענגיג נישט בלויז פוגם עסן אליין, נאר אויך פונעם געמיט און באוואוסטזיין וואס באגלייטן דעם עסן. דאס וויינענדיגע קינד מוז, טראץ דער בעסטער פלעגונג, בלייבן אנעמיש און קרענקלעך. דער דעת איבער דעם ברויט-באזיץ אליין שטילט שוין אין א געוויסער מאס דעם הונגער. דער בליק פונעם אויג איבער דער שפּייז זעטיגט שוין טיילווייז דעם מאגן. נארונג, שטימונג און דעת זיינען בכן פון די וויכטיגסטע פאקטארן אין דער נארמאלער פונקציאנירונג פון די פיזישע ארגאנען ביים מענטש.

נאך א גענויערער באאבאכטונג איבער דער ווירקונג פונעם שפּייז זעט מען ערשט וואסער שטארקע פּעולה ס'האט דערביי אויך די פּסיכיק און דער דעת ; וואסער ענגער קאנטאקט ס'איז פאראן צווישן קערפּער און גייסט. דער שלעכט-דערנערטער מענטש וועט נישט זוכן אנדערש-וואו די סיבה פון זיין אויגן-פארטונקלונג, אדער אויערן-טעמפּקייט. ער וועט דאס זיכער באטראכטן פאר א נאטירלעכן פועל-יוצא פון זיין פארנאכלעסיגן זיך אין זעלבסט-דערנערונג.

פארוואס קלאגט מען זיך אבער אויף דער בלינדקייט פון דעם טיפערן זע-חוש? פארוואס וואונדערט מען זיך אבער אויף דער אפּשוואכונג פון דער איידעלער הארץ-עמפּפינדונג? פארוואס זעט מען נישט די ריכטיגע סיבה פון דער פארטעמפּונג אינעם פיינערן געהער?

די חושים, וואס דערגרייכן זייער פיזיש שלימות אינעם נארמאלן רייפקייטס-עלטער, בלייבן דאך נישט שטיין אין זייער אנטוויקלונג. זייער פונקציע באשטייט אינעם דאזיגן סטאדיום נאר אויף צו האבן א קאנטאקט מיט דער פיזישער און קאנקרעטער וועלט, אויף צו דערפילן די געהיימע קראפט אין דער בריאה, אויף צו דערזן דעם אויסגעשפּרייטן חסד פונעם באשעפער, אויף צו דערהערן זיין שטרענגען באפעל אין לעבן. זיינען די דאזיגע חושים, וואס האבן באקומען אזא געוויינלעכע נארונג, לגמרי ניט פעאיג דערצו.

פארקערט. מיט דער איינזייטיגער נארונג זיינען די חושים כסדר טעמפּער געווארן פאר זייער וויכטיגסטער פונקציע. אויב מען באוועגט דורכאנאנד מיט איין גליד, מוז דער צווייטער ווערן פארשטייפט. אויב מען ריכט די ענערגיע אויף איין פונקט, מוז דער צווייטער לגמרי פארלירן זיין קראפט.

אזוי איז עס אויך מיט דער אנטוויקלוגג פון די חושים. אויף צו פארשטארקען די ראיה גשמית מוז מען נערן דעם גוף מיט ברויט, געמיט און דעת, די הנאה, אדער בעסער געזאגט, דער ענגער קאנטאקט צווישן די דריי פאקטארן מאכן די נארוגג זאפטיגער און ווירקזאמער.

כדי צו אנטוויקלען דאס אריג פאר א ראיה רוחנית, מוז מען אבער צו יעדער שפּייז צומישן אן איידעלער געמיט און א העכערן דעת, די הנאה, דער קאנטאקט צווישן פיזישן, פּסיכישן און אינטעלעקטועלען מוז זיין א פיינערער און דעליקאטערער. יעדע נארונג, וואס ווערט באגלייט מיט דער פשוט'סטער אנערקענונג פארן אייביגן בעל החסד וואס ווערט גענומען מיט דער ברכה פארן באשעפער און מנהיג פון דער וועלט, איז בכח צו אנטוויקלען דאס אויג, אויסער פאר דער ראיה גשמית, אויך פאר דער ראיה רוחנית.

אין דעם פאל האבן מיר פאר זיך אן אנדער באוואוסטזיין און אן אנדער געפיל. נישט דער דעת איבער דעם ברויט-באזיץ ווירקט דא, נאר דער דעת איבער דעם הימלישן ברויט-געבער קומט דא צום אויסדרוק. ניט די פרייד פון דער קערפערלעכער הנאה זעפטיגט דאס ברויט, נאר דאס גליק צו קאנען דאנקבאר זיין דעם אויבערשטן. מיר האבן דעריבער פאר זיך א טיפער געפיל און א העכערן דעת.

כדי צו אנטוויקלען דאס אויג פאר דער ראי׳ רוחנית, מוז מען ניט בלויז די געוויינלעכע שפּייז, נאר יעדע איינציגע פעולה, באגלייטן מיט אזא שטייגער געמיט און דעת. דאס איז דער רעזולטאט פון די מצוות מעשיות, וואס נעמען ארום דאס גאנצע לעבן, וואס דערהויבן יעדע איינציגע פעולה צום אויבערשטן, דורך דעם ווערט געשפּייזט דער גוף מיט דער נשמה צוזאמען? דורך דעם ווערט געפלעגט די פיזישע און גייסטיגע זע-קראפט פונעם מענטש צוגלייך.

וואס אפטער מען פלעגט דעם גוף מיטן דאזיגן שפּייז, וואס שטארקער מיר פארבינדן אונזערע פעולות מיטן טיפערן געפיל און העכערן דעת, אלץ פעאיגער ווערן מיר צו דערפילן די נאענטקייט פונעם בורא מיט דער בריאה. ניט די בלויזע שפּייז-דערנערונג פונעם מענטש, ניט די בלויזע געמיטס-שטימונג פונעם דיכטער און ניט די בלויזע נאטור-פארשונג פונעם פילאזאף דערנענטערט צו גאט, נאר דער ענגער קאנטאקט און די גענויסטע פארבינדונג צווישן דער פּעולה, רגש און מחשבה פירט צו דעם מענטש צו זיין באשעפער.

בלויזע פּעולות, אן דער כוונה ממלא צו זיין דעם רצון פונעם אויבערשטן, אן דעם געפיל פון דאנקבארקייט צום בעל החסד, אן דער הכנעה פארן קעניג פון דער וועלט, מוז פארפעטן דאס הארץ, פארשמירן די אויגן און פארטעמפּן די אויערן פאר דעם גדלות פונעם באשעפער, וואס דערשיינט אין דער בריאה. השמן לב העם הזה ואזניו הכבד ועיניו השע... (ישעי' ו, י).

פארפעט איז דאס הארץ פונעם דאזיגן פאלק און באשווערט זיינען זייערע אויערן און פארשמירט זיינען זיינע אויגן.