לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


אלול: די עיר מקלט פארן זינדיקן (באזירט אויף א צאל שיחות פון ליובאוויטשער רב'ן) שליט"א.

פון ניסן גארדאן

די ראשי-תיבות וואס מורי ומאורי ישראל האבן אריינגעטייטשט אין דעם ווארט אלול, ווערן מרומז די פארשיידענע קוים פון דער עבודה וואס פארסליכטעט יעדן אידן ביים אנקום פון חודש פון תשובה און צוגרייטונג צו די ימי הרחמים והדין.

אלול איז א ראשי־תיבות – אנה לידו ושמתי לך (שמות בא, יג), וואו עס רעדט זיך וועגן א הורג נפש בשוגג וועלכער דארף אנטלויפן אין איינער פון די ערי מקלט, כדי צו ראטעווען זיך פון דעם נקמה-דארשט פון גואל הדם.
דאס איז דעד קו התורה אין דער עבודה פון חודש אלול, ווי די גמרא זאגט (מכות דף י) דברי תורה קולטין. תורה, לימוד התורה, איז א באשיצענדע עיר מקלט.

אלול איז א ראשי-תיבות – אני לדודי ודודי לי, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם נצחיות'דיגן בונד צווישן כנסת ישראל און דער שכינה און וועגן זייער פלאקערנדער אהבה וואס קען פון קיין זאך ניט אויסגעלאשן ווערן.
דאס איז דעד קו העבודה פון אלול.

אלול איז א ראשי־תיבות – "איש לרעהו ומתנות ׳לאביונים", וואו עס רעדט זיך וועגן דער פריינטשאפט און ברידערלעכקייט צווישן איד און איד.
דאס איז דעד קו הגמילות-חסדים פון חודש אלול.

דעד יסוד צו אט די דריי קוים פון אלול, וועלכע זיינען אייגענטלעך די דריי עמודים אויף וועלכע די גאנצע וועלט האלט זיך, איז תשובה, דער ווילן און דער דראנג צו טאן תשובה. דער דאזיגער יסוד ווערט אייך אנגעדייטעט אין נאך א ראשי-תיבות פון אלול, (ומל ה' אלקיך) את לבבך ואת לבב (זרעך).

דורך דורכפירן די כללות העבודה פון אלול קומט מען צו צו דער גאולה וועלכע איז אויך מרומז אין אלול, אין די דאשי-תיבות פון (אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת) לה' ויאמרו לאמר אשירה.

פארשטייט זיך, אז די דאזיגע ראשי-תיבות'ן זיינען ניט קיין ווערטער-שפּילן און די מאורי ישראל האבן דורך דעם געוואלט ארויסברענגן און שטארק באטאנען דעם גדויסן שעת הכושר פאר תשובה וואס א איד האט אין אלול און ווי אזוי די תשובה זאל זיין א תשובה שלימה.

דעד רבי שליט"א שטעלט זיך באזונדערס אפּ באריכות אויף דער שייכות צווישן אלול און עיר מקלט.

אויב עס זיינען דא ערי מקלט אין גשמיות, איז ממילא אויך דא אין רוחניות א בחינה וואס דערפילט די פונקציע פון אן עיר מקלט. נאך מער, אילו זכינו וואלט מען נעמען דעם ענין מלמעלה למטה, דאס הייסט, מען וואלט פארשטאנען פריער דעם ענין אין רוחניות און במילא וואלט מען אויר פארשטאנען אז די זעלבע זאך געפינט זיך בהשתלשלות אויך אין גשמיות.

מיט יעדער עבירה וואס א איד איז עובר איז ער א רוצח נפש, ער נעמט ארויס דאס חיות און לעבן פון זיין געטלעכער נשמה, וועלכע איז א חלק אלוה ממעל ממש, און גיט עם איבער צום אדם בליעל הוא היצר הרע (לקוטי תורה, במדבר יג). ער איז א שופך דם האדם באדם.

דער חודש אלול איז די עיר מקלט וואס די תורה האט באשטימט פאר דעד רעטונג פון דעם חוטא, צו אנטלויפן אהין פון דעם גואל הדם, דעם שטן, וואס הוא היצר הרע, הוא המקטרג, און הוא המלאך המוות וועלכער וויל זיין, דער גואל הדם אפּצורעכענען זיך מיטן מענטשן.

דער שטן קומט און טענה'ט: פלוני בן פלוני איז א הורג נפש, ער האט גע'הרג'עט זיין נפש האלקית, שופך דם האדם דקדושה אין אדם בליעל.

איז די עצה:
ונס שמה, שם תהא דירתו. מחליט זיין ביי זיך צו באזעצן זיך דארט, איינצוארדענען דעם לעבן לויט א סדר פון חשבון הנפש און תשובה, אנטלויפן אין אלול, אין דעס אלול'דיגן סדר והנהגה.

וועט דאך אייער וועלן פרעגן: ערי מקלט איז דאך געווען נאר א רעטונג פאר א רוצח נפש בשוגג. וואס איז אבער די עצה פארן רוצח במזיד? . . . ווי קען אלול דינען אלס עיר מקלט פאר איינעם וואס האט במזיד גע'הדג'עט זיין נפש אלקית?...

אויף דעם גיט דער רבי צוויי אויפקלערוגגען:
ערשטענס: האבן די ערי מקלט געהאלפן אין א געוויסער מאס אפילו א רוצח במזיד. ווי די גמרא זאגט (מכות ט, ב): אחד שוגג ואחד מזיד מקדימין לערי מקלט. דארט איז ער דערווייל זיכער פון גואל הדם. דערנאך ערשט איז בית דין שולחין ומביאין אותו משם לבית דין, און אז ושפטו העדה איז דאן – והצילו העדה. אויב מען פאר'משפט למיתה אפילו איין מאל אין זיבן יאר ווערט שוין די סנהדרין אנגערופן חובלנית.

אץ צווייטענס: היינט בזמן הגלות קען די תשובה פון אלול העלפן אפילו פאר א רוצח במזיד. ס'איז פאראן א לאנגע תשובה אין נודע ביהודה (או"ח מהדו"ק סי' לה), וואו ער איז מבאר פארוואס טאקע פלעגט ניט העלפן קיין תשובה אויף עונשי בית-דין של מטה, ווייל תשובה איז דאך א דבר שבלב, און אזוי ווי אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, קען ניט תשובה שבלב מבטל זיין דעם פסק פון בית-דין.

אבער בזמן הגלות וואס בטלו דיני נפשות און ס'איז געבליבען נאר דער דין ד' מיתות וואס מ'איז מעניש פון הימל, קען טאקע העלפן תשובה אפילו אויף א מזיד. און אזוי ווי אין גשמיות דינען די וועגן וואס האבן געפירט צו די ערי מקלט געווען ברייטע און אנגעצייכענטע מיט שילדן וואס האבן געוויזן די ריכטונג פארן אנטלויפענדן רוצח, אזוי איז אויך אין רוחניות.

די וועגן פון דער תורה זיינען ברייטע און אנגענעמע, דרכי, דרכי נועם, און כביכול דער אויבערשטער אליין שטייט מיט א שילד וואס שרייט מקלט! מקלט! ובחרת בחיים.

ווי אזוי קען אבער א איד זוכה זיין צו דערזן אט די געטלעכע שילד וואט ווייזט אים די ריכטונג אין דער עיר מקלט אריין? ...

דורך דעס וואס ער אליין וועט טאן דסם זעלבע פאר אנדערע, און דער אויבערשטער וועט אים באלוינען מדה כנגד מדה.

מען מוז ארויסגיין אויף דער פרשת דרכים וואו עס שטייען אידן און ווייסן ניט אין וועלכער זייט צו גיין, און שרייען מקלט, מקלט! אט דארט איז דער ארט וואוהין צו ראטעווען זיך פון גואל הדם, דער שטן... גייט ניט חס ושלום אין דער לינקער זייט וואס פירט אין שאול ואבדון.

און דער דאזיגער תפקיד ליגט אויף יעדן אייינעם, אוועקצושטעלן זיך אויפן פרשת דרכים, כאטש אפילו ער אליין וועט דורך דעם, מוזן שטיין די גאנצע צייט אויף אן ארט פונוואנען עס ציט א וועג אויך צו לינקס, און דארט פירען אידן אין דער עיר מקלט וואס הייסט אלול.

אין נאמען פון בעל שם ווערט געזאגט, אז עס קומט אראפּ א נשמה אויף דער וועלט און לעבט אפּ זיבעציג, אכציג יאר, כדי צו טאן א אידן א טובה בגשמיות, ובפרט אין רוחניות. איז דאך כדאי צו שטיין די גאנצע צייט אויף א פרשת דרכים, כדי צו ווייזן איין מאל א אידן דעם וועג וואס פירט קיין מקלט.

און נאך מער.
ביי דער עיר מקלט פארן מערדער פון גוף איז געווען גענוג א שילד פון שטיין צי האלץ, דוממ'דיגע שילדן, וועלכע זיינען בלויז געשטאנען אויפן וועג. זיי האבן ניט גערעדט צו קיינעם, נאר אז אימיצער איז פארבייגעגאנגען די שילד אץ זיך צוגעקוקט וואס עס שטייט דארט, אויב ער האט געקענט לייענען לכל הפחות - האט ער זיך דערפון דערוואוסט דעם וועג וואוהין ער דארף לויפן.

ביי דער עיר מקלט פארן מערדער פון דער נשמה איז אבער ניט גענוג צו זיין א דוממ'דיגע שילד. ער דארף ניט ווארטן ביז מ'וועט אים פרעגן דעם וועג. אויב ער זעט נאר ערגעץ אז ס'איז דא א איד וואס עס קאן זיין אז ער קען אים עפּעס העלפן, דארף ער לויפן צו יענעם און ווייזן אים דעם וועג קיין מקלט.

ערי מקלט זיינען געווען אומעטום וואו עם זייגען געווען אידן, סיי ווען די זיינען געווען אין מדבר, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין עבר הירדן.
ונס אל אחת מן הערים האל –
וחי!