לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך תשובה דורך התחדשות

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


תשובה דורך התחדשות

פון הרב ר' חיים מרדכי קאטץ. ר"מ דטלז – קליוולאנד. תרנ"ד - תשכ"ד
(דער איידעם פון ר' יוסף יהודה לייב בלוך, ועיין ישיבת טעלז)

איינע פון די מענטשלעכע שוואכקייטען, וואס שטערן דעם מענטשענס עלי' צו העכערע מדרגות איז דאס וואס ער ווערט צוגעוואוינט צו די הכרות האמת און גייסטיגע דערגרייכונגען, וועלכע ער האט זיך דערווארבן. וויל כדי דער מענטש זאל נתעורר ווערן צו נייע שאפונגען אין לעבן, איז נויטווענדיג, אז ער זאל זיך משתדל זיין כסדר צו באנייען און אויפפרישן אין זיך זיינע הכרות, אזוי ווי ער וואלט זיי ערשט איצט אויפגענומען און ווי זיי וואלטן געווען ביי אים נייע יצירות.

אזא התחדשות פון דעם גייסטיגן פארמעגן, איז ניט נאר נויטיג פארן פשוט'ן און דורכשניטלעכן מענטשן. אויך דער גרויסער מענטש, וואס איז דורכגעדרונגען מיט טיפערע און שטארקע הכרות פון אמונה און בטחון, יראה און אהבת ה', דארפן די שטענדיג באקומען ביי אים אזא התחדשות וואס זאלן אים ברענגען צו נייע, נאך העכערע הכרות און סגולות.

אזוי געפינען מיר, אז דוד המלד ע"ה האט געבעטן ביים רבש"ע לב טהור ברא לי אלקים ורוח נכון חדש בקרבי (תהלים נא, יב). דוד המלך ע"ה זאגט: מיין הארץ זאל גערייניגט ווערן פון יעדן שמץ דבר רע און ווערן אזוי לויטער און ריין פונקט ווי דאס הארץ וואלט ערשט איצט באשאפן געווארן. און ער בעט ווייטער! ורוח נכון - דער רוח, דער גייסט, וואס געפינט זיך שוין אין אים זאל ווערן געביטן צו זיין גראד, און זאל באנייט ווערן אין טהרה און קדושה.

אט זעען מיר דא ווי דוד המלך, וועמענס אמונה און בטחון איז געווען אזוי שטארק און טיף פארווארצעלט, האט דאך געפילט א נחיצות צו בעטן, אז דאס אלץ זאל אין אים נתחדש ווערן און ער זאל ווערן ווי א נייע גייסטיגע שאפוגג מיט פרישקייט און לעבן. ווייל נאר מיט התחדשות קענען די מענטשלעכע מעשים זיין אמת'דיק און ווירקן ווי ס'דארף צו זיין. אן אזא התחדשות פון מענטשענס גייסטיגע קנינים, פארלירן אט די כוחות און סגולות זייער שטארקייט. ניט נאר ברענגען די ניט צום תכלית און פארפעלן זייער ציל, נאר אפילו די פאראנענע כוחות ווערן ביי דעם מענטשען אטראפירט. די מעשים ווערן אויטאמאטיש, מצות אנשים מלומדה, אן לעבן, און קענען במילא ניט נושא פירות זיין.

דעריבער געפינען מיר ווי ישעי' הנביא זאגט אין נאמען פון ה' (ישעי' כט, יג-יד): יען כי נגש העם הזה בפיו ובשפתיו כבדוני ולבו רחק ממני ותהי יראתם אותי מצות אנשים מלומדה, לכן הנני יוסיף להפליא את העם הזה הפלא ופלא, ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבוניו תסתתר.

ווי מיר זעען פון פסוק - האט דאס פאלק יא געהאט יראת ה' און ווי דער פסוק זאגט: ותהי יראתם אותי, נאר וואס דען? די דאזיגע יראה איז געווארן א מעכאנישע, א טעגליכע געוואוינהייט, אן התחדשות און באנייאוגג, א מצות אנשים מלומדה, און במילא אזעלכע, וואס האט זיי נישט געקעגט דערהויבען צו דער געהעריגער מדרגה, וואס השם יתברך פארלאנגט פון מענטש.

דעריבער איז זיי געקומען אזא שטארקער עונש. ס'איז פארלוירן געגאנגען די חכמה פון זייערע חכמים און עס איז צעשטעט געווארן די פארשענדעניש פון זייערע פרשטענדיגע. ווייל ווען עס האט אין דער חכמה אגגעהויבן פעלן התחדשות, האט אפילו דאס, וואס זיי האבן פארמאגט, נישט געהאט מער קיין כוח הקיום.

מיט דעם געדאנק לאזט זיך אויך פארשטיין די פרשה פון (דברים כט): אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם וגו' (רש"י: מלמד שכינסם משה... להכניסם בברית), לעברך בברית ה' אלקיך וגו'. צו וואס איז געווען נויטיג פון דאס ניי א ברית? ביים הר סיני האט דאך השם יתברך געשלאסן מיטן אידישן פאלק א ברית, ווי עם שטייט אין פסוק הנה אנכי כורת ברית וגו און דער דאזיגער קשר איז דאך געווען אויף אייביג?

אבער ס'ווייזט אויס, אז כאטש דער עם ישראל איז טאקע שוין פריער פארבונדן געווארן מיט דעם רבש"ע אין א שטארקן און אייביגן ברית, פונדעסטוועגן האט משה רבנו ע"ה נאך געפונען פאר נויטיג פון דאס ניי מחדש צו זיין דעם בונד און זיי נאכאמאל אריינצוברענגן אין א קשר מיט דעם רבש"ע, כדי זייער פארבונדענקייט מיט דעם רבש"ע זאל ווערן פריש און שטארק.

אויף דעם פסוק אתם נצבים היום, ברענגט רשי זל: אתם נצבים, לפי שהיו ישראל יוצאין מפרנס לפרנס, ממשה ליהושע, לפיכך עשה אותם מצבה, כדי לזרזם. אזוי געפינען מיר טאקע דערציילט אין יהושע (כד):

ויאמר יהושע אל כל העם כה אמר ה' אלקי ישראל וגו' ועתה יראו את ה' ועבדו אותו בתמים ובאמת וגו' ואם רע בעיניכם לעבוד את ה' בחרו לכם היום את מי תעבודון, אם את אלקים אשר עבדו אבותיכם וגו' ואם את אלהי האמורי וגו'.

אייגענטלעך איז דאך נישט צו פארשטיין. ווי עפּעס שטעלט יהושע דאס פאלק פאר א בחירה, פאר א פרייען אויסוואל, אויסצוקלויבן יעצט וואס זיי ווילן בעסער? ווי האט ער זיי יעצט געקענט געבן א מעגליכקייט זיך פון דאס ניי צו אנטשיידן? זיי זיינען דאך שוין פון הר סיני געווען מושבעים ועומדים צו האלטן די תורה

אזוי געפינען מיר אויך אין שמואל, און ביי אליהו אויף דעם הר הכרמל, אז זיי האבן דאס פאלק געפרעגט און האבן געזאגט צו זיי: באטראכט אייך און קלויבט זיך אויס. האבן דען די אידן געהאט א רעכט זיך צו באפרייען פון זייערע פארפליכטונגען? גאר ווי מיר האבן פריעד דערקלערט, איז נויטווענדיג, אז דער מענטש זאל זיך תמיד פון דאס ניי באטראכטן און זעען די ידיעות החכמה אזוי פריש, ווי ער וואלט די פריער גארגישט געוואוסט. ווייל אן א התחדשות ווערט אלץ אלט, צוגעוואוינט און קען ניט זיין פרוכטבאר.

דעריבער ווען די נביאים האבן געוואלט פארשטארקן און פארזיכערן דעם ברית צווישן השי"ת און דעם עם ישראל, האבן די אים כסדר אויפגעפרישט, כדי ארייגצוברענגען לעבן און ווירקונג פאר אן אייביגע ברכה.

און דעריבער איז אויך אויף אונז דא א מצוה. צוויי מאל יעדן טאג מקבל צו זיין דעם עול מלכות שמים. ס'איז נישט געגוג וואס מיר געפינען זיך אונטער דעם עול און וואס מיר דינען שוין מושבעים ועומדים מהר סיני, נאר ס'איז נויטווענדיג שטענדיג און פון דאס ניי ארויפצונעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים און עול מצוות, כדי ס'זאל דערוועקן אונזער הארץ צו באגייסטערוגג און ניט ווערן ווי א געוואוינטע זאך. והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך. אויף דעם לערנען אונז די חכמים ז"ל: בכל יום יהיו בעיניך כחדשים. ווייל נאר דעמאלט קען עס אונז גענוג און טיף באווירקן. דעריבער אויך די אלע דקדוקים אין קריאת שמע. ניט גענוג איין מאל אין טאג, נאר צוויי מאל, אינדערפרי און ביינאכט, כדי אויף זיך צו פילן דעם עול מלכות שמים כסדר אן אויפהער.

דאס איז דער ענין פון מלכות אין ראש השנה: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם (ר"ה טז). אין דעם טאג פון ראש השנה נויטיגט זיך, אז מיר זאלן פון דאס ניי און לעבעדיג מרגיש זיין די מלכות ה' איבער דער וועלט, מחדש זיין די מלוכה פון בורא עולם. דאן ערשט וועלן מיר פילן אז נאר צו ה' געהערט די מלכות איבער דער וועלט און וועלן דעריבער בעטן, אז ס'זאל קומען די צייט, ווען די גאנצע וועלט וועט קומען צו אט דער הכרה.

און דאס איז דער ענין פון תשובה. אוועקלאזן דאס שלעכטע פון עבר און אנהויבן דאס גוטע פון דאס ניי, אז דער הוה און דער עתיד זאלן ניט זיין אפּהענגיג פון דעם עבר. און אויף דעם בעטן מיר: השיבנו ה' אלקיך ונשובה, חדש ימינו כקדם, — באניי אונזערע טעג, אז מיר זאלן קענען אנהויבן פון דאס ניי.

לפי האמת האט דער כוח פון התחדשות ביים מענטשן זיין שורש אין דער כסדרדיגער התחדשות פון דער בריאה. ווייל כאטש די וועלט איז באשאפן געווארן אין די ששת ימי המעשה, עקזיסטירט זי אבער ניט מיט דעם כוח פון דער אורשפּרינגליכער יצירה, נאר השי״ת איז מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית, און גיט איר כסדר דעם כוח ממשיך צו זיין איר קיום.

אן ענלעכן כוח פון התחדשות געפינען מיר אויך אין ראש השנה. מיר זאגן אין אונזערע תפלות: זה היום תחלת מעשיך זכרון ליום ראשון, ווייל אזוי ווי די בריאה איז נתחדש געווארן אין דעם ערשטן טאג פון דער בריאה, אזוי אויך ווערט זי נתחדש אין דעם טאג פון ר"ה. די התחדשות פון דער בריאה איז אונז שווער צו פארשטיין- חק לישראל הוא, פאר ישראל איז דאס ווי א חוק. אבער משפט לאלקי יעקב, דאס איז דער וועג פון משפט, געזעץ און השגחה פון דעם מהלך הבריאה, אז זי ווערט באנייט כדי צו געבן איר פריש לעבן.

מיט דעם געדאנק ווערט אונז לייכטער די פסיקתא דרב כהנא פ' מ"ד, אויף דעם פסוק שובה ישראל עד ה׳ אלקיך:

משל לבן מלכים שהי' חולה, אמר הרופא אם יאכל מן החפץ מתרפא. הי' הבן מתיירא לאכלו. אמר לו אביו, תדע שאינו מזיק לך , הריני אוכל ממנו. כך אמר הקב"ה לישראל, מתביישים אתם לעשות תשובה, הריני שב ראשון, שנאמר כה אמר ה׳ הנני שב. ומה מי שאין לו חטא ולא סרחון ח"ו אמר הנני שב, בנ"א על אחת כמה וכמה צריכים לעשות תשובה ולבא אצל הקב"ה.

געוויינלעך איז שווער צו פארשטיין, וואס פאסט ביי הקב"ה צו טאן תשובה? גאר תשובה הייסט, אנהויבן פון דאס ניי, באנייען די מעשים. דאס געפינען מיר אויך אין דער הנהגת הבריאה, ווייל אויך אין איר איז ניט ארייגגעגעבן דער כוח, אז זי זאל (בלויז) שטענדיג לעבן מיט דעם זעלבן אלטן כח, נאר אז זי זאל יעדן טאג פון דאס ניי באנייט ווערן מיט נייע כוחות. דערפאר זאגט הקב"ה: שרעקט זיך נישט צו טאן תשובה, צו באנייען שטענדיג אייערע מעשים, ווייל אויך אין דער בריאה איז איינגעשטעלט א פּערמאנענטע התחדשות מיט נייע תיקונים. דער כלל האט זיך שורש למעלה.

דעריבער אין די ימי הדין והמשפט דארפן מיר נתעורר ווערן צו באנייען אונזערע מעשים, צו באקומען א לב חדש און א רוח חדשה, און אז דער רבש"ע זאל באנייען פאר דעם גאנצן כלל ישראל דאס יאר צו א שנת חיים ושלום, גאולה וישועה.