לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך בטחון

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


רבי אברהם ישעיה קארליץ, החזון איש. תרל"ח - תשי"ד
בטחון

פון הגאון בעל חזון איש ז"ל

א.

אן אלטער טעות האט זיך איינעבירגערט אין דעם באגריף פון בטחון. אט די דאזיגע וויכטיגע און וואוגדערלעכע מידה ווערט פון א סך פארשטאנען אויף דעם אופן, אז אין אלע אומשטענדן פון וועלכע ס'קאן ארויסקומען גוטס צי שלעכטס, דארף דער מענטש גלויבן אז ס'וועט זיין גוט. און אויב ער האט ספקות דערין, און האט מורא אז ס'קאן זיין אנדערש ווי גוט – פעלט אים אין דער מידה פון בטחון.

דער דאזיגער אויסטייטש איז נישט ריכטיג. ווייל וואס עס וועט זיין אין דער צוקונפט – אויסער דאס וואס איז פאראויסגעזאגט געווארן בדרך נביאות – איז קיינמאל נישט זיכער. מיר קאנען נישט וויסן וואס וועט זיין אין דער צוקונפט, ווייל מיר ווייסן נישט די וועגן און מחשבות פון ג־ט ברוך הוא.

נאר וואס מיינט בטחון? די אמונה אז ס׳איז נישט פאראן קיין צופאל אין דער וועלט, און אז אלץ וואס געשעהט - געשעהט ווייל גאט ברוך הוא האט אזוי געוואלט!

אמונה וואס נעמט באצוג אויף אלע אספּעקטן פונעם לעבן איז א מענטשלעכע מידה. און אזוי ווי אנדערע מענטשלעכע מידות, ווי עניוות צי רחמנות, איז זי נישט קיין קאנקרעטע זאך. זי האט נישט קיין באשטימטע מאס און קיין פעסטע פארם, וואס אויב זי פארלירט די דאזיגע מאס און פארם ווערט זי בטל אין גאנצן, פּונקט ווי א כלי וואס ווען עס ווערט צעבראכן האט עס מער נישט קיין ווערט. דאגעגן אבער די מענטשלעכע מידות זיינען נישט גלייך, נאר פאראן אין זיי פארשידענע מדרגות. יעטוועדער ערלעכער מענטש האט אין זיך די מידות פון עניוות און רחמנות, אבער נישט אין א גלייכער מאס. פאראן מדרגות אין זיי.

אזוי אויך מיט דער מדרגה פון אמונה. פאראן פארשידענע מדרגות אין איר, וואס איינע איז העכער פון דער אנדערער. אפילו די קטני־אמנה, אויך זיי ווערן פאררעכענט פאר מאמינים, ווייל זיי זיינען דאך נישט אין כלל פון די כופרים און מינים. נאר זייער אמונה איז שוואך – און באווייזט זיך נאר אנטקעגן די גאר הארבע עבירות וואס דער גאנצער ציבור איז אין זיי נזהר.

און פאראן צווישן זיי וואס זייער אמונה איז שטארקער און איר פעולה מער קאנטיג. די מידה פון אמונה איז א בשותפות'דיגע צו אלע מאמינים, אבער אנדערש איז איר מאס ביי יעדן איינעם. פאראן אין איר מדרגות און מעלות.

ווען א מענטש געפינט זיך אין א לאגע וואס שטעלט מיט זיך פאר א סכנה פאר זיין לעבן, איז דער שטייגער אז דער מענטש זאל מורא האבן. די שווערע לאגע לאזט דעם מענטש נישט געדענקען, אז די אנשיקענישן פון דער נאטור זיינען נישט אונזערע בעלי-בתים, און אז ס'איז נישט פאראן קיין אפּהאלט פאר גאט ברוך הוא אונז צו העלפן און איבערצובייטן אלע נאטירלעכע סיבות און זייערע קאנסעקווענצן.

און אויב אין אזא שווערער שעה פאלט דער מענטש נישט אריץ אין יאוש, נאר ער טראגט מיט זיך דעם גרויסן אמת, אז די לאגע אין וועלכער ער געפינט זיך איז נישט קיץ צופאל, נישט קיץ בלינד אנשיקעניש פון דער נאטור, נאד אז גאט'ס רצון איז אזוי געווען, צו גוטס אדער צו בעסער; און אויב די דאזיגע אמונה שוואכט אפּ זיין מורא און שטארקט זיין הארץ צו גלויבן אין דער מעגליכקייט פון הצלה, ווייל דער אויסקום פון זיין לאגע איז דאך נאך נישט באשטימט, און ס'איז נישט פאראן קיין נטיה מער צו שלעכטס ווי צו גוטס - אויב א מענטש טראכט און גלויבט אזוי, מיינט דאס בטחון!

און צו דער מידה באלאנגט אויך, אז א מענטש דארף זיך האלטן ביי דער דאזיגער אמונה, אפילו ווען ער שטעלט זיך פאר אין געדאנק די שרעקליכסטע יסורים. זיין הארץ דארף זיך תמיד זיין באוואוסט, אז נישט קיץ צופאל האט אים געטראפן, נאר אז אלץ קומט פון גאט ברוך הוא. אזוי ווי לולינוס און פפוס האבן געזאגט צו זייערע פייניגער: אין די אויגן פץ גאט האבן מיר פארדינט גע'הרג'עט צו ווערן. אויב דו וועסט אונז נישט הרג'ענען, פארמאגט גאט א סך מיטלען צוצונעמען ביי אונז אונזערע לעבענס. א סך ווילדע חיות זיינען פאראן אויף דער וועלט א. א. וו.

און אויך די מיטלען מיט וועלכע דער בעל בטחון באנוצט זיך מיט זיי כדי זיך צו ראטעווען, זיינען אנדערש ווי די פון אנדערע מענטשען. ער פארלאזט זיך נישט און יאגט זיך נישט נאך די גרויסע און שטארקע, און גיט זיך נישט אפּ מיט אומזיסטע מאניפּולאציעס. נאר ער פארטראכט זיך אין זייינע אייגענע מעשים, גרייט זיך צו תשובה, תפילה און צדקה, כדי מיט זיי בטל צו מאכן דאס שלעכטס וואס איז אויף אים נגזר געווארן.

ב.

לויט דעם וואס מיר האבן געזאגט, זיינען אמונה און בטחון איינס. נאר אמונה שטעלט מיט זיך פאר די אלגעמיינע אנשויאונג פונ'ם מאמין, און בטחון איז דער קוק פונ'ם מאמין אויף זיך אליין. אמונה איז הלכה, טעאריע. בטחון ווייזט זיך ארויס אין מעשים. לייכט צו זיין א בעל בטחון אין א צייט ווען בטחון דארף זיך נישט ארויסווייזן אין פּראקטיק.

אבער שווער, שווער איז צו זיין א בעל בטחון, ווען בטחון דארף זיך פּרואוון אין מציאות. לייכט צו רעדן און צו זינגען וועגן בטחון ווען עס האנדעלט זיך וועגן בטחון להלכה, וועגן טעארעטישן בטחון; ווען בטחון מיינט חלומ'ען און טראכטן זיסע חלומות און פריילעכע מחשבות. א מענטש וואס רעדט און זינגט וועגן בטחון, און זיין בטחון האט זיך נאך קיינמאל נישט באוויזן למעשה, קאן נאד זיך און אנדערע איינרעדן אז ער איז א גרויסער בעל בטחון, ווען אין דער אמת'ן, דינט זיין בטחון נאר צו פארזיסן אים זיינע מחשבות וועגן דעם אומבאקאנטן עתיד.

ווען ווערט געפּרואווט דער בטחון פון מענטש, אויב ער איז א בעל בטחון אין דער אמת? ווען א מענטש קומט אין א לאגע וואו בטחון פאדערט זיך למעשה, וואו בטחון דארף פירן דעם מענטש, אים שטיצן און אים היילן.

אט דעמאלט קענען מיר זעען צי דער מענטש האלט זיך אין דער אמת אן, אין זיין בטחון און לאזט זיך פירן פון אים, צי דווקא אין דער דאזיגער שווערער שעה זיינער, זוכט ער נישט דעם בטחון, נאר נוצט זיך מיט אנדערע מאניפּולאציעס.

ג.

אט וואס מיר זעען אין לעבן: ראובן איז א מאראלישער מענטש. ער הערט נישט אויף צו רעדן פון בטחון, קריטיקירט שארף דאס איבערמעסיגע השתדלות און האט פיינט דאס איילעגיש און יאגעניש נאך פרנסה. ער אליין איז טאקע אן איש מצליח. אין זיין קראם פעלן קיינמאל נישט קיין קונים, ער דארף נישט אנקומען צו איבערמעסיגע השתדלות'ן. האט ער טאקע ליב בטחון - ווייל דער בטחון איז פריינטלעך צו אים.

און זע! פלוצלונג זעען מיר ראובנ'ען, דעם גרויסן בעל בטחון שושקענען זיך מיט זיינע באהעלפערס און זיינע בעלי עצה. אט טראכט ער ווי ער קאן בטל מאכן זיינעם א שכנ'ס א פּלאן צו עפענען א קראם גלייך מיט זיינעם. ער איז פול מיט כעס. אין אנהויב האלט ער זיינע מחשבות און פּלענער בסוד, ער שעמט זיך מיט זיי פאר זיינע באקאנטע און פריינד. באלד פארלאזט אים אויך דאס געפיל פון בושה, און ער הויבט אן צו רודערן פריי און אפן אנטקעגן זיין שכן. שריט פאר שריט לאזט ער זיך אויף קרומע וועגן, דער געפיל פון בושה איז פארשוואונדן, און ער טוט אפּ פראנק און פריי נידעריגע מעשים. מער נאך, ער טראכט אויס נישט-געשטויגענע תירוצים צו ווייזן אז ער איז נאך גערעכט, און טענה'ט נאך אז אלץ וואס ער טוט איז לשם שמים און אויסגעהאלטן לויטן מוסר. באלד הויבט ער אן גלויבן אין זיינע אייגענע רייד און עס געלינגט אים צו פארפירן די קליין-קעפּעלדיגע און מחלוקה-מאכערס. מאכט זיך שוין געוויינלעך, אז ס'קלייבן זיך ארום אים ארום, די ליבהאבערס פון מחלוקת און לשון-הרע, און מיט דער הילף פון שטן בויט זיך אויס א פעסטונג פון מחלוקת און לשון הרע, רכילות און שקר און לאנג-דויערענדיגער שנאת חינם.

און ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז אזעלכעס קאן זיך אויך טרעפן אין גייסטיגע ענינים. אויך ביי זיי קאנען זיך שאפן, אויף זייערע ספּעציעלע אופנים און אומשטענדן, מחלוקת'ן פון דעם דאזיגן מין.

ד.

דער תכלית פון אונזער באשרייבן די דאזיגע נישט-שיינע רעזולטאטן, איז צו לערנען און דערקענען פון זיי דאס שלעכטס פון פאלשן בטחון.

דאס פעלן פון בטחון איז טאקע א פעלער אין יעדן הויכן נפש, א פעלער וואס רירט כמעט אן די יסודות פון דער אידישער אמונה, אבער נאך ערגער פון דעם וואס האט קיין בטחון איז דער וואס זיין בטחון איז א פאלשער. א פאלשע זאך שטעלט מיט זיך פאר דאס וואס איז פולשטענדיג נעגאטיוו. דער וואס זיין בטחון איז א פאלשער איז פיל ערגער פון דעם וואס האט קיין בטחון אין גאנצן נישט. דער פאלשער בטחון טראגט אין זיך א סך שלעכטס און פארדארבענקייט, וואס דער וואס האט קיין בטחון לגמרי נישט איז פון זיי פריי. דער וואס דער בטחון פעלט אים, ליידט ער נאר דערפון וואס ער האט קיץ בטחון נישט, אבער דער וואס זיין בטחון איז א פאלשער, נישט נאר וואס עס פעלט אים בטחון, נאר ער טראגט אויך אויף זיך די שולד פון פאלשקייט. דער וואס האט קיץ בטחון אין גאנצן נישט, קאן נישט נאכשלעפן נאך זיך תלמידים פון בטחון. דער וואס זיין בטחון איז א פאלשער האדעוועט אויף תלמידים אויף פאלשקייט.

דער וואס האט קיין בטחון אין גאנצן נישט, קאן נישט גורם זיין צו חילול השם. אבער דער וואס זיין בטחון איז פאלש, ווען ס'ווערן באקאנט זיינע נידעריגע מעשים, וואס זאגן דאן מענטשן? יענער וואס האט געלערנט מוסר, ווי מיאוס זיינען זיינע מעשים, ווי שפל'דיג זיינען זיינע מאניפּולאציעס!

ה.

די מידה פון בטחון איז מען קונה מיטן הארץ. דער אמת'ער בעל בטחון, זיין טבע איז צו זיין איינגעהאלטן און צניעות'דיג. ער רעדט נישט וועגן זיין בטחון אויפן הויכן קול, און ביי זיך אין הארצן איז ער זיך מצטער, פארוואס ער האט נישט דערגרייכט צו שלימות אין דער דאזיגער מידה. אבער אין לעבן טראגט ער מיט זיך דעם שטארקן בטחון אין גאט ברוך הוא. ער האט נישט מורא פאר זיין שכן וואס וויל עפענען א קראם בשכנות צו זיינעם. ער וועט אים נאך צוהעלפן, באזארגן אים מיט עצות, טאן פאר אים און שטיצן אים. וויפיל קדושה קומט צו אין דער וועלט דורך א מענטש וואס טוט חסד מיט זיין שכן וואס גרייט זיך צו קאנקורירן מיט אים! און וויפיל שבח און גרויסקייט גיט דאס צו, צו די וואס פארכטן פאר גאט ברוך הוא. באגליקט איז אט דער מענטש און באגליקט איז זיין דור.

אזוי ווי עס שטייגט איבער, דאס ליכט די פינסטערניש, און דער אמת דעם שקר, אזוי שטייגט איבער, דער אמת'ער בעל בטחון דעם פאלשן.

ו.

בטחון איז הויפטזעכליך א מצוה פונ'ם הארץ. און פון איר' טיילן זיך אפּ מצות מעשיות, וואס דער מענטש דארף זיי טאן, און פליכטן פון זיך אפּהאלטן פון האנדלונגען געגן א חבר צי א שכן. און פאראן אין דעם פארשידענע קאטעגאריעס. פאראן פעולות פון השתדלות וואס דער מענטש מעג זיי יא טאן, און אויך פאראן וואס דער בטחון איז אנטקעגן אזא השתדלות, און ער פארבאט געוויסע מיטלען. איבער דעם דארף דער מענטש איידער ער טרעט צו' צו א געוויסער השתדלות, איבערטראכטן ביי זיך צי דער דאזיגער שריט זיינער' איז אין הסכם מיט דער מידה פון בטחת, צי נישט!

חז"ל זאגן אין מדרש רבה, פרשת מקץ, אז די השתדלות פון יוסף הצדיק, צו בעטן פונם שר המשקים ער זאל אים דערמאנען, האט מיט זיך פארגעשטעלט א גרינגשעצונג פון דער מדה פון בטחון. זיי האבן געזאגט: אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו - דאס איז יוסף, ולא פנה אל רהבים וגו, - איבער דעם וואס יוסף האט זיך געוואנדן צום שר המשקים איז ער פארבליבן נאך צוויי יאר אין תפיסה. מיינט דאס צו זאגן: יוסף האט גוט געוואוסט אז זיין געראטעוועט ווערן איז נישט אפּהענגיק פון השתדלות, נאר פון גאט ב"ה אליין. נאר, ווייל א מענטש איז מחוייב אין השתדלות און טאר זיך נישט סומך זיין אויף נסים, האט יוסף זיך געפילט מחוייב אויסצונוצן די געלעגענהייט און צו בעטן דעם שר המשקים. אבער ווי דער שטייגער איז פון די אויף וועלכע מען קאן זיך נישט סומך זיין, אז זיי פארגעסען און קאנען נישט טאן קיין טובה, איז דאס בעטן זיך ביי זיי פּאסיג נאר פאר איינעם וואס איז שוין גאנץ פארפאלן אין יאוש. דער מיואשדיגער טוט אלץ וואס ער קאן נאר טאן, אפילו מעשים וואס קאנען קיין נוצן נישט ברענגען.

אבער דער בעל־בטחון טאר דאס נישט טאן. דאס איז נישט פון די השתדלות'ן אין וועלכע ער איז מחוייב. אזא מעשה פארטונקעלט נאר דאס ליכט פון אמונה און בטחון. היות ווי דאס איז נישט פון די השתדלות'ן אין וועלכע ער איז מחוייב, קומט ממילא אויס אז אזא השתדלות איז פארבאטן פאר אים.

חז"ל האבן קריטיקירט יוספ'ס השתדלות, אבער נישט זיין מידה פון בטחון חלילה. יוסף האט גוט געוואוסט אז זיין הילף וועט קומען פון גאט אליין, אץ נישט דורך א בשר ודם. ער האט זיך אבער געפילט מחוייב אין השתדלות, און די דאזיגע השתדלות איז לויט דער קבלה פון אונזערע חז"ל נישט געווען ריכטיג און פּאסיג. ער האט זיך נישט געטארט ווענדן צו אזעלכע פון וועמען מען קאן קיין הילף נישט דערווארטן.

ז.

און אויך דאס געהערט צו דער מידה פון בטחון. א גייסט פון הייליגקייט שפרייט זיך אויס אויפן בעל בטחון, און עס טראגט זיך מיט אים א גייסט פץ שטארקייט וואס זאגט אים אן אז גאט ב"ה וועט אים טאקע העלפן, אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט: אם תחנה עלי מחנה לא יירא לבי, אם תקום עלי מלחמה וגו'. און אט דער ענין ווענדט זיך ביי יעטוועדן בעל-בטחון לויט זיין מדרגה און לויט זיין מעלה אין קדושה.