ימים נוראים אלמאנאך תקעו בחודש שופר
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
פון הגאון ר' מאיר שמחה הכהן ז"ל
תקעו בחודש שופר וכו' – חדשו מעשיכם ושפרו מעשיכם, ר' ברכיה אומר שפרו מעשיכם וחדשו מעשיכם.
ווער קען ביישטיין דעם טאג פון משפט און מיט וואס קומט מען צום יום הדין ? דער מדרש געפינט דעם ענטפער אין די ווערטער פון פסוק: חודש און שופר. חודש, חדשו – באנייט אייערע מעשים; שופר, שפרו - פארבעסערט אייערע מעשים.
ווען דער מענטש זוכט א וועג צו תקון קען ער אים אמבעסטן דערגרייכן דורך חדוש המעשים, דורך דעם וואס ער זארגט איינצופלאנצן תורה און אידישקייט ביי זיינע אייגענע קינדער, ביים נייעם דור. אויף דעם האבן אונזערע חז"ל געזאגט, אז "כל המלמד תורה לבן בנו כאילו קבלה מהר סיני". ווייל דאס איז דער עיקר, ווען תורה און אידישקייט ווערט איינגעפּרעגט אין די הערצער פון די קינדער און קינדס_קינדער, איז פונקט אזוי גוט ווי ער וואלט אליין מקבל געווען.
דאס מיינט מען מיט חדשו מעשיכם. מיר זעען גאנץ אפט, אז ווען קינדער גייען אראפּ פון דרך הישר, שלעפּט עס אויך מיט די עלטערן. ניט וועלענדיג זיך אינגאנצן דערווייטערן פון זייערע קינדער, ווערען די עלטערן נאכגיביג און אליין אפּגעשוואכט און מאלפּעווען נאך די מעשים פון זייערע קינדער. פאראן אזעלכע וואס בארעכטיגן זייער געוויסן טענה'נדיג, אז זיי מיינען לשם שמים. זיי מוזן זיין נאכגיביג, – זאגן זיי, – ווייל דאן וועלן זיי נאך קענען אויסאיבן א געוויסע השפעה אויף זייערע קינדער זיי זאלן ניט אינגאנצן פארלוירן ווערן. אויף דעם לערנען אונז די חז"ל: חדשו מעשיכם, זארגט פאר דעם שלימות פון נייעם דור און דורך דעם וועט אייך זיין שפרו מעשיכם, דורך דעם וועט איר אויך אליין ניט נאכגעבן און קענען בלייבן שלימות'דיג אין אייער אידישקייט.
ר' ברכי' זאגט: שפּרו מעשיכם וחדשו מעשיכם. ר' ברכי' נעמט ארויס פון פסוק אן אנדערן וועג. פארבעסערט אייערע מעשים און דאן ערשט - באנייט אייערע מעשים. זייט זיך פריער אליין מתקן, דאן וועט איר אויך דערציען גוטע קינדער! ווייל מען קען ניט דעריצען קיין גוטע קינדער אויב מען איז אליין ניט גוט און פרום און מען ווייזט ניט דעם נייעם דור קיין ביישפיל מיטן אייגענעם לעבענס-התנהגות. ווען דער פאטער איז גאטס-פארכטיג און א זהיר אין זיינע מעשים, דאן וואקסן אויך זיינע קינדער געטריי צו השי״ת און זיין תורה. מיטן מאמענט אבער ווען די קינדער זעען ביי זייער טאטן דעם מינדסטן אפּנויג, גייען זיי נאך ווייטער. ווען דער טאטע איז ניט נזהר אין קלות, וועלן די קינדער שוין עובר זיין אויך אויף חמורות שבחמורות.
דאם מיינט שפרו מעשיכם, פארבעסערט אייעד אייגענעם לעבענס-וועג, און דורך דעם וועט אויך זיין חדשו מעשיכם, איר וועט דאדורך זוכה זיין מחדש צו זיין און באנייען דאס אידישקייט, זיכערן נייע, תורה-געטרייע דורות.
(לויטן משך חכמה)