לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך פארווארט

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


פארווארט

דער פארליגענדער אלמאנאך נויטיגט זיך אייגענטלעך ניט מער אין קיין אריינפיר. ער איז דער המשך פון "פסח אלמאנאך" וואס איז דערשינען היי-יאר פאר פסח און איז נאך א רינגעלע אין דער קייט פון פּאפּולערע יהדות זאמל-ווערק וואס די ארטאדאקסישע ביבליאטעק געבן "דאס אידישע ווארט" האט אויף זיך גענומען די אויפגאבע צו פארשפרייטן.

אויב דאס ארויסגעבן דעם "פסח אלמאנאך" איז ווי יעדער ערשטער טריט געווען באגלייט מיט אומזיכערקייט, זיינען מיר צו דער איצטיגער אויסגאבע צוגעטראטן מיט דער גרעסטער מאס איבערצייגונג אין דער נחיצות און וויכטיגקייט פון אונזער אונטערנעמונג. די פילע הונדערטער ענטוזיאסטישע בריוו פון מחשבה-דארשטיגע אידן, בני תורה און בעלי דעת, צווישן זיי א צאל אנגעזעענע רבנים איבערן לאנד און אין חוץ לארץ, האבן אונז באוויזן, אז פאראן מאסן אידען וואס האבן סיי א חוש און סיי א דארשט פאר אזעלכע פּובליקאציעס פון ערנסטער און וואגיקער אידישער מחשבה.

ווי מיר האבן שוין אויפגעקלערט אין אריינפיר צום "פסח אלמאנאך" האבן מיר זיך געשטעלט א דאפעלטע אויפגאבע:

1) צו פּאפּולאריזירן און ברענגען צו די ברייטע מאסן די מחשבה-פערל פון אונזערע גדולי ומאורי התורה פון די לעצטע דורות. די דאזיגע פערל וואס קענען דינען ווי א קוואל פון התחזקות פאר אידישקייט זיינען צעווארפן אין ספרים, ירחונים און קונטרסים צו וועלכע דער ברייטער עולם האט ניט תמיד קיין גרייטן צוטריט. דורו די אויסגאבן פון דער ארטאדאקסישער ביבליאטעק וועלן די דאזיגע אייביגע רייד קענען דערגרייכן וואס ברייטערע אידישע מאסן און זיי העלפן פארטיפן דעם אידישן באוואוסטזיין און באגייסטערן זיי פאר די אייביגע קניני היהדות.

2) דאס איבערדרוקן, און במילא פארהיטן פון פארלוירן-גיין, דעם אומדערשעפּלעכן אוצר פון אידישער מחשבה וואס איז צעזייט און צעשפרייט אין די פילצאליגע ארטאדאקסישע צייטשריפטן פון פאר דער מלחמה. די אוצרות המחשבה וואס געפינען דך אין די פארגעלטע בלעטער פון דער דאזיגער ארסאדאקסישער פרעסע האבן פאר יארן-לאנג געדינט פאר איינע פון די בעסטע אינסטרומענטן צו פארשפרייטן די אידעאלען פון יהדות און אלס מעכטיגער כלי-זין געגענצואווירקן די צעשטערערישע השפעות פון דער מאדערנער כפירה-ליטעראטור און תורה-פיינטלעכער סביבה. די דאזיגע מאמרים קענען נאך היינט דערפילן די דאזיגע אויפגאבע ניט ווייניגער ווי אמאל. אין זעלבן זין באמיען מיר זיך אויך צו פאראייביגן די בעסערע יהדות-מאמרים וואס דערשיינען היינט צו טאג אין דער ארטאדאקסישער פּרעסע אין גאר דער וועלט.

די פארליגענרע אויסגאבע פון "ימים-נוראים אלמאנאך", מיט מאמרים און רעיונות אויף די ימים- נוראים, אנטשפּרעכט די אויבענדערמאנטע צילן. און מיר זיינען זיכער, אז אונזערע לייענער וועלן מודה זיין, דאס אין זין פון "מעלין בקודש" האבן מיר בע"ה באוויזן איבערצושטייגן די פריערדיגע אויסגאבע סיי אין תוכן און סיי אין פארם. אין דער דאזיגער ריכטונג וועלן אויך זיין אונזערע באמיאונגען להבא.

מיר האפן, אז די באוואוסמזיניגע ארטאדאקסישע עפענטליכקייט וועט אויפנעמען די דאזיגע אויסגאבע מיט נאך מער צופוידענהייט ווי די ערשטע און אז אפּשאצענדיג די ווערט פון אונזער ארבעט, וועט אונז געגעבן ווערען די מעגליכקייט ממשיך צו זיין און צו רעאליזירן אונזערע ווייטערדיגע פלענער.

י. פ.

בע"ה, אלול תשכ"א.