לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך אמונה

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


אמונה

פון הגאון ר׳ אלחנן וואסערמאן ז"ל

רבי אלחנן וואסערמאן תרל"ה - תש"א

אויף דער ווארענונג פון דער תורה "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" זאגן אונזערע חכמים ז"ל – זו המינות. אין פלוג (= לכאורה) איז דאס גאנץ אומפארשטענדלעך. געוויינטלעך נעמען מיר אן, אז די סיבה פון כפירה ליגט אין קלקול הדעת, אין דער פארקרומקייט פון שכל. אבער דער שכל האט דאך זיין פלאץ אין מענטשליכען מוח און ניט אין הארץ. היינט-זשע ווי אזוי ווארענט די תורה ניט נאכצוגיין די גלוסטונגען פון הארץ? עס וואלט דאך ריכטיקער באדארפט שטיין ולא תתורו אחרי דעתכם וראשכם.

דער רמב"ם אין ספר המצוות זאגט אונז, אז "מצוה ראשונה לידע ולהאמין" - אז דער ערשטער געבאט פון א איד איז צו וויסן און צו גלויבן, אז גאט ב"ה האט באשאפן די וועלט און אז ער פירט זי. אויך דאס איז אין פלוג ניט פארשטענדלעך. א מצוה איז שייך אויף פראקטישע מעשים: וואס צו טאן און וואס ניט צו טאן, וואס דאס ליגט אין דער האנט פון מענטש. אבער וואס איז שייך א חוב צו גלויבן ? איינס פון די ביידע: האט דער מענטש די אמונה, איז דאך גוט. וויבאלד ח"ו די אמונה איז אויסגעריסן געווארן פון זיין הארץ, ווי אזוי קען מען אים באפעלן צו גלויבן. ער איז דאך לכאורה אן אנוס, וואס קען זיר אליין נישט העלפן.

נאך מער אומפארשטענדלעך זיינען די שטראפן פון דער תורה פאר דעם חטא פון כפירה. דער חטא פון כפירה איז הארבער אפילו פון דער זינד פון עבודה זרה. אן עובד ע"ז דארף לויט די חוקי התורה געימשפט ווערן דורכן בית דין, דורך עדות, התראה וכדומה. דאגעגן א כופר האט א דין פון מורידין ולא מעלין, בכל מקום ובכל זמן. פארוואס איז עס אזוי?

אבער אז מיר וועלן זיך פארטיפן, וועלען מיר איינזען, אז אמונה אליין דער גלויבן, אז השי"ת האט באשאפן די וועלט און פירט זיי, איז א לאגישער מוז פאר יעדן בר-דעת וואס האט א נארמאלן מענטשליכן שכל. מען דארף דערצו ניט זיין קיין דענקער. און ווי דער חובות הלבבות זאגט אין שער היחוד: "ווען איינער וואלט געזאגט אויף א מאשין וואס איז געמאכט אויף אנצוטרינקען די פעלדער, אז זי איז געמאכט געווארן אן כוונה, אן א באשטימטן ציל, וואלטן אלע אזעלכן באטראכט ווי א חסר-דעה. עס איז דאך באקאנט, אז זאכן וואס זיינען באשאפן געווארן אן א פלאן קענען אין זיך ניט האבן קיץ שום סימנים פון חכמה. אויב טינט וועט זיך אויסגיסן אויף גלאטן פאפיר איז נישט מעגלעך, אז מ'זאל דערפון אנטשטיין א מסודר'דיגן און לעזבארע כתב. און אויב איינער וועט קומען און וועט ברענגען א מסודר'דיגן מאנוסקריפט און טענה'ן, אז דאס איז אנטשטאנען דורך א צופעליגן אויסגיסן זין פון א פלעשעל טינט, וועלן אלע אים שטעמפלען פאר א ליגנער. ווי אזוי-זשע קען דען א מענטש א בר-דעת זאגן, אז די גאנצע בריאה איז אנטשטאנען פון זיך זעלבסט? מיר זעען דאך אין דער בריאה אויף יעדן טריט, אזוי פיל אנטפלעקונגען פון טיפער חכמה אן א גרענעץ. און וויפיל חכמה איז פאראן אין דעם געבוי פון דעם מענטש, אין דער צוזאמענשטעלונג פון זיינע אברים. ווי אזוי קען עמעצער זאגן אז אט אזא וואונדערלעכע מאשין איז געשאפן געווארן ח"ו פון זיך אליין. וועט, למשל, עמעצער וואגן צו זאגן, אויף א זייגערל, אז עס איז באשאפן געווארן גלאט אזוי פון זיך זעלבסט?

ווי מיר זעען אלזא דארף דער נארמאלער מענטש ניט אנקומען צו קיץ שום באווייזן פאר מציאות הבורא. די בריאה אליין, הימל און ערד און אלע פלאנעטן, דער מענטש און אלע ברואים זאגן עדות מיט זייער וואונדערלעכן סדר אויף זייער באשעפער. ווי אזוי נעמען זיך אלזא פארט אזוי פיל כופרים אויף דער וועלט און ווי אזוי קען דאס זיין אז אפילו גרויסע דענקענדע מענטשען האבן געקענט קומען צו אזא אומלאגישער "מסקנא", אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך א "צופאל"?

אן ענטפער אויף דעם דאזיגן רעטעניש געפינען מיר אין דער תורה, גענוי ווי מיר געפינען אין דער תורה אן ענטפער צו אלע אנדערע פראגן און פראבלעמען פון מענטשלעכן לעבן. די תורה זאגט אונז: "לא תקח שוחד", ודייל דער שוחד מאכט בלינד די אויגן פון חכמים און פארדרייט די רייד פון צדיקים. און דער שיעור פון שוחד, לויטן דין פון דער תורה, איז אפילו א שוה פרוטה. דער דאזיגער פארבאט פון שוחד גייט ארויף אויף יעדן איינעם, אפילו אויפן חכם מכל האדם און אויף א צדיק ווי משה רבנו. אויך דאס איז אין פלוג אומפארשטענדלעך: ווי קומט עם אז די תורה איז חושד אפילו דעם גרעסטן צדיק, אז ער וועט צוליב א קליינלעכע הנאה פסק'ענען א דין שקר ? אבער מען דארף זיך ניט חידוש'ן. די תורה האט דא נאר מעיד געווען אויף א נאטור-געזעץ, וואס קיינער קען נישט אפפרעגן, און נעמלעך: אז דער רצון פונעם מענטש איז משפיע אויף זיין שכל. און וואס גרעסער דער רצון, אלץ גרעסער די השפעה.

דער מענטשליכער שכל איז ניט פריי נישט באאיינפלוסט צו ווערן פון זיינע תאוות. אזוי האט אונז די תורה אויך מזהיר געווען, אז א דיין דארף זיין א שונא בצע. פרעגט זיך: וואס מאכט דען אויס אויב דער דיין איז יא אן אוהב בצע, ער טאר דאך קיין שוחד סיי-ווי נישט נעמען און עס איז אפילו ניטא קיין באווייז, אז ער האט יא גענומען שוחד, טא וואס אינטערעסירן אונז זיינע פערזענלעכע נייגונגען?

דער ענטפער איז, אז אויב א מענטש איז אן אוהב בצע, איז ער א נוגע אויף שריט און טריט. ער באגעגענט זיך כסדר מיט זיינע אינטערעסען. און היות דער רצון איז משפיע אויפן שכל, ווערט ביי אים אויך דער שכל א פארקרומטער. אפילו ווען ער דארף דן זיין וועגן אן ענין אין וועלכן ער האט נישט קיין שום פערזענליכן אינטערעס, קומט ער אויך צום דין מיט א פארקרומטן און טענדענציעזן שכל.

דער מענטש וואס ווערט באהערשט פון זיינע תאוות איז ניט פריי אין זיין טראכטן. ער קען ניט זען דעם אמת, אויב דער דאזיגער אמת קומט אין קאנפליקט מיט זיינע פארלאנגען. ער איז ווי א שיכור, וועמען עס קען נישט ביישטיין זיין חכמה בעת ער איז אין טראנס פון שכרות.

ס'איז דעריבער ניט קיין וואונדער אויף די מכלומרשטע דענקער און פילאזאפן, וואס האבן געלייקענט אין חידוש העולם. ווייל ווי גרויס עם איז זייער חכמה איז נאך גרעסער זייער תאווה, צו זיין מכלומרשט פריי און הנאה צו האבן פון די הנאות עולם הזה. ס'איז דער יצר-הרע וואס איז זיי משחד און זאגט זיי: אט איז פאר דיר א שייגנע און א גרויסע וועלט. פארוואס זיך באגרעניצן? און אט דער ווילן צו א הפקר'דיג לעבן איז דער שוחד וואס זייעט די זאמען פון כפירה.

מיר זעען אלזא ווי מינות און כפירה האבן ניט זייער מקור אין קלקול הדעת. דער שכל ווען ער וואלט געלאזן געווארן פריי צום קלארן דענקען וואלט זיכער געמוזט איינזען דעם אמת פון דער וועלט, וואס פירט צו אמונה. עם זיינען די מענטשלעכע שוואכקייטן און תאוות וואס פארקרומען און פארבלענדן דעם. שכל.

דאס מיינט די תורה ווען זי ווארענט אונז געגן מינות און כפירה מיט דער התראה פון "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם". דער מענטש ווערט געווארענט מכניע צו זיין און משעבד צו זיין זיינע רצונות, בכדי דער שכל זאל זיין פריי פון דיקטאט פון זיינע תאוות און ממילא דערקענען דעם אמת, וואס דריקט זיך אויס אין אמונה.

די כפירה אליין האט נישט קיין שום פלאץ אין גראדן מענטשלעכן שכל. אויב די רויע תאוות באהערשן אים נישט, קען דער מענטש קיינמאל ניט קומען צו כפירה. דאס זעלבע מיינט אויך די מצוה פון גלויבן. עס מיינט צו באגרעניצן די תאוות און ניט דערלאזן, אז דער שכל זאל פון זיי באהערשט ווערן. דער ריינער, ניט באאיינפלוסטער פארנונפט וועט אויפן נאטורלעכן וועג אליין צוקומען צו אמונה. מען דארף זיך דעריבער ניט באמיען צו דערגרייכן אמונה, נאר מ'דארף באזייטיגן די גורמים, וואס פירן צו כפירה ח"ו.

און פון דעם דאזיגען עיקר – די אמונה אין השי"ת – קומט לאגישערווייז א צווייטער עיקר: די אמונה אין תורה מן השמים. ווייל נאך דעם ווי מיר ווייסן, אז השי"ת האט באשאפן די וועלט פאר א באשטימטן ציל איז זיכער דער מענטש אליין נישט בכוח צו דערגיין, וואס עס איז דעם רבש"ע'ס רצון, אויב גאט ב"ה זאל עס אים ניט לאזן וויסן. די גאנצע בריאה וואלט דאן געווען אן תכלית. עס איז דעריבער א דבר מוכרח, אז השי"ת האט מודיע געווען און מגלה געווען פאר דעם מענטשען וואס ס'איז זיין רצון און וואט ער פארלאנגט פון אים. און דאס האט ער געטאן דורך זיין התגלות ביים הר סיני און די תורה מן השמים.

און פון די דאזיגע צוויי עיקרים קומט אויך א דריטער עיקר, און דאס איז די אמונה אין ביאת המשיח. ווייל נאך דעם ווי מיד ווייסן קלאר אז השי"ת האט באשאפן די וועלט און אז אלץ איז באשאפן געווארן צו טאן זיין רצון, זעען מיר אין דער וועלט דעם היפוך דערפון. די מענטשהייט איז משוקע און זינקט אלץ טיפער אין א ים פון תאוות און פארברעכענס. ס'איז דאך קלאר, אז פאר אזא מענטשהייט איז ניט כדאי געווען צו באשאפן הימל און ערד. מוז מען אלזא קומען צו דער מסקנא, אז קומען וועט דער טאג, ווען ס'וועט פאר דער גאנצער וועלט אנטפלעקט ווערען דער כבוד ה'. והיה למלך על כל הארץ, אמן ואמן!