לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך דער תשובה רוף פון קול שופר

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


דער תשובה-רוף פון קול-שופר

פון הגאון ר' אהרן וואלקין ז"ל

רבי אהרן וואלקין תרכ"ה - ת"ש

די מצות פון תקיעת שופר איז באשטימט צו דערוועקן דאס פאלק צו תשובה, ווי ן דער רמב"ם זאגט: אף על פי שתקיעת שופר מצוה היא וכר רמז יש בה, עורו ישנים מתרדמתכם, וכמאמר הכתוב: אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו. דער דאזיגער רמז אויף תשובה קומט אויף א וואונדערלעכען אופן צום אויסדרוק אין די דינים פון שופר. די דאזיגע דינים איינער נאכן אנדערן לערנען אונז ווי אזוי די תשובה פון מענטשן זאל זיין א שלימות'דיגע.

דער זמן פון שופר איז נאר בייטאג און נישט ביינאכט – זאגט אונז די משנה. דער טאג סימבאליזירט די צייט ווען עם גייט דעם מענטש גוט, און ווען די זון פון הצלחה שיינט פאר אים. די נאכט דאגעגן סימבאליזירט די צייט ווען א מענטש געפינט זיך אין א צרה און ווען די וועלט איז אים ענג. אמת, אז תשובה ווערט שטענדיג אנגענומען, אויך דאן ווען דער מענטש טוט תשובה אויפגעצוואונגענערהייט, אין א מאמענט ווען פּערזענלעכע יסורים זיינען מכניע זיין הארץ זיך צו דערנענטערן צום פאטער אין הימעל, ווי עס שטייט אין פסוק; בצר לך וגו׳ ושבת עד ה׳ אלקיך, וואס ווייזט אז אויך די תשובה, וואס א מענטש טוט מחמת נויט, ווען ס'איז אים שלעכט, איז אויך אננעמבאר. אבער דאס איז נישט די ריינע און דערהויבענע תשובה, וואס ווערט פון מענטש דערווארט. דער איד דארף תשובה טאן ווען עס איז טאג, ווען ער איז געזונט און יונג, ווען עס פעלט אים גארנישט, און ווען עס דראט אים נישט קיץ שום סכנה. א לויטערע תשובה איז די וואס קומט פון געפיל פון יראת און אהבת ה'. און דאס איז עס וואס די חז"ל זאגן: אשרי איש וגו׳, וואויל איז דעם מענטש, וועלכער דערוועקט זיך צו תשובה ווען ער איז נאך אן "איש", א מענטש פול מיט כוחות.

ס'איז באקאנט דער מאמר חז"ל, וואס זאגט אז ראובן איז געווען דער ערשטער וועלכער האט געוויזן דער וועלט וואס עס הייסט תשובה, ווען ער האט מיט שק און תענית אויסגעדריקט זיין חרטה אויף זיין חטא. שוין די מפרשים שטעלן זיך דערויף און פרעגן: צי איז דען ראובן טאקע געווען דער ערשטער וואס האט תשובה געטאן? דער ערשטער איז דאך געווען אדם הראשון אליין און אויך קין האט דאך תשובה געטאן? אבער דער אונטערשייד צווישן די צוויי תשובה'ס איז א בולט'ער.

אוודאי האבן אויך אדם הראשון און קין תשובה געטאן. אבער זיי האבן דאס געטאן אונטער צוואנג. אדם הראשון האט תשובה געטאן נאכדעם ווי ער איז פאר'משפט געווארן צו מיתה, און קין ווען עס איז אויף אים נגזר געווארן צו זיין "נע ונד". ס'זיינען געווען די צרות און דער עונש, וואס האט זיי דערוועקט חרטה צו האבן אויף זייער ווידערשפעניגן גאט'ס ווארט. אנדערש איז געווען די תשובה פון ראובנ'ען. אויף אים איז נאך ניט ארויפגעלייגט געווארן קיין שום עונש. ס'איז געווען די יראת חטא, וואס האט אים דערוועקט צו תשובה, און דעריבער ווערט זיין תשובה געלויבט. די חז"ל דריקן עס אויס מיט די ווערטער: פתח בתשובה ער איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך אליין דערוועקט צו תשובה אן שום אנרענונג פון דרויסן. "פתח" - ער האט אנגעפאנגען די תשובה נאך איידער ס'איז אויף אים ארויפגעלייגט געווארן וועלכע שטראף. און אט דאס איז מרמז דער דין, אז דער עיקר מצות תקיעת שופר איז ביום. דער עיקר מצות תשובה איז, אז דער מענטש זאל תשובה טאן ווען עס איז נאך טאג, ווען דעם מענטש איז גוט, און געניסט פון אלעס גוטן. ולא בלילה – ניט ערשט דעמאלט ווען דעם מענטש איז שלעכט און די וועלט איז אים פינצטער.

כל השופרות כשרים חוץ משל פרה מפני שהוא נקרא קרן וכ'. און די גמרא זאגט, אז דער טעם איז, ווייל ס'דארף זיין איין שופר און ניט צוויי אדער דריי, און דער הארן פון א פרה זעט אויס ווי עטלעכע שופרות מיטאמאל, אויך דער דאזיגער דין האט אין זיך א רמז אויף דעם כאראקטער פון תשובה, ווייל תשובה פועל'ט אפצואווישן די מענטשלעכע חטאים נאר דאן, ווען עס הערשט אחדות און שלום. בעת עס הערשט מחלוקת און פירוד לבבות פועל'ט נישט קיין שום תשובה. אזוי איז דער של"ה הקדוש מפרש דעם פסוק חלק לבם עתה יאשמו לויט דעם מאמר רז'"ל: אין עתה אלא לשון תשובה, אזוי ווי עס שטייט: ועתה ישראל. און דאס איז דער טייטש פון פסוק חלק לבם, אין דער צייט ווען ס'איז דא מחלוקת און פירוד לבבות, ווען אידישע הערצער זיינען צעטיילט, דעמאלט, אפילו עתה, אפילו אין דער צייט ווען זיי זיינען בבחינת עתה, דאס הייסט, ווען זיי טאן תשובה פון דעסטוועגן יאשמו, בלייבן זיי פארשולדיגט ביי השם יתברך, און זייער תשובה נוצט אבסאלוט גארנישט. און אט דאס איז וואס דער דאזיגער דין לערנט אונז: איין שופר, זאגט אונז אן די תורה און דאס גייט ארויף אויף תשובה. אויך די תשובה דארף זיין מתוך אחדות; תשובה – פונקט ווי דער שופר – איז ניט אננעמבאר ווען אידען זיינען געטיילט און צעפּיצעלט.

שופר של ר"ה וכו׳ ופיו מצופה זהב. דער שופר מיט וועלכן מען האט געבלאזן אין בית המקדש איז געווען מצופה זהב... דער דאזיגער דין איז אוגז מרמז א וויכטיגן פרט פון די דיני תשובה, אז צוזאמען מיט דער תשובה זאל דער מענטש אויך געבען כופר נפש פאר צדקה, ווייל נאר דאן וועט די תשובה אנגענומען ווערן לרצון, און ווי דער פייטן זאגט: ותשובה וכו, וצדקה מעבירין את רוע הגזירה. דאס מיינט די משנה ופיו מצופה זהב, דער שופר וועלכער סימבאליזירט תשובה דארף האבן אן עטרת זהב אתם, דארף באקרוינט זיין מיט געבן צדקה.

צפהו זהב מבפנים פסול – א שופד וואס איז אינעווייניג באדעקט מיט גאלד איז פסול. דער טעם איז, וויל מיר דארפן הערן דעם קול שופר, און פון א שופר וואס איז אינעווייניג באגילדעט, וועלן מיר גאר הערן אן אפּקלאנג פון גאלד. אויך דער דאזיגער דין לערנט אונז איינעם פון די עיקרי התשובה. אוודאי איז דאס געבן צדקה א וויכטיגער טייל פון תשובה, ווי מיר האבן שוין געזען ביי דעם פריערדיגן דין, אבער דערמיט איז נאך די תשובה ניט קיין שלימות'דיגע. פאראן אזעלכע, וואס ווען עס קומען די ימי הרצון, ווערן זיי מיטאמאל פזרנים, און לאזן זיך אויף אן אמת קאסטן אויף צדקה, אבער איר זעט ניט ביי זיי קיין צייכן פון אויפריכטיגער חרטה אויף די חטאים, אן אמת'ע תשובה, א קול שופר – און שופר איז דאך א רמז אויף תשובה,- פון וועלכן עם הערט זיך נאר בלויז דער אפּקלאנג פון גאלד און ניט דער אריגינעלער שופר-קרעכץ פון אמת'ער תשובה, און איז פסול.

ציפהו זהב במקום הנחת הפה פסול – א שופר וואס איז ארומגעדעקט מיט גאלד דארט וואו מ'לייגט צו דאס מויל צום בלאזן, אזא שופר איז פסול. דער טעם דערפון איז צוליב חציצה, ווייל צווישן מויל און שופר טאר ניט זיין עפעס אנדערש. אויך דא געפינט זיך א רמז און א לימוד צו געדענקען, אז פאראן זאכן וואס זיינען חוצץ, וואס מאכן א חציצה און וואס דערלאזן ניט, אז די תשובה זאל מיט זיך ברענגען די פולשטענדיגע התקרבות צווישן מענטש און השם יתברר. דאס זיינען ין דער ערשטער יי די עבירות שבין אדם לחבירו. די עבירות שבין אדם לחבירו ווערן סימבאליזירט מיט גאלד, ווייל ס'איז דאס גאלד, די תאווה צו געלט, וואס ברענגט מיט זיך אלע פארברעכענס פון מענטש צו מענטש.

אט די דאזיקע עבירות שבין אדם לחברו שטעלן מיט זיך פאר א חציצה, וואס זיינען מעכב די תשובה, די סליחות און די תפלות אין יום הדין. און אט דאס דערמאנט אונז דער דין. ווען דער מענטש נעמט זיך צו בלאזן שופר, - ווען ער קומט תשובה טאן פאר גאט – דארף ער פריער באזייטיגן יעדער חציצה. ער דארף זיך רייניגן פון גאלד, פון יעדער שפור פון גזילה, גניבה און שקר און ענלעכע עבירות וואס ער איז באגאנגען געגן מיט מענטשן.

די קולות השופר וואס מיר זיינען מחויב צו הערן און וואס דארפן אונז דערוועקן צו תשובה זיינען תקיעה, שברים און תרועה. כדאי זיך צו פארטראכטן איבערן כאראקטער פון אט די קולות השופר, ווייל זיי זיינען מרמז דעם אורטייל וועלכן מיר קענען דערווארטן אין דעם יום הדין.

דער אורטייל קען זיין א תקיעה, וואס סימבאליזירט דאס שאלן פון שמחה, און ווי עס שטייט וביום שמחתכם וגו, ותקעתם, אדער ח"ו א תרועה, וואס איז מרמז מלחמה, מפלה, אומגליק, טויט ח"ו, בעת שברים זיינען מרמז אויף ליידען און יסורים. שברים – שבר, צעבראכענקייט, צעבראכן געזונט אדער צעבראכענע פרנסה, ח"ו.

דער מענטש בעת ער שטייט אין די ימים נוראים פארן הימלישן בית דין, דארף געדענקען, און תקיעת שופר דארף עס אים דערמאנען, אז ער שטייט פאר די דאזיגע עווענטואליטעטן. עס ווענדט זיך אין מענטש מעביר צו זיין די רוע הגזרה. דורך אן ערליכן חשבון הנפש און אנטשלאסענע תשובה קען ער פארמיידן א קול תרועה און שברים פון זיין הויז, און זוכה זיין צום קול תקיעה, צו א חיים פון שלום און שמחה.