לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך קורצע מאמרים

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


די חכמה פון יראה . . .

. . . וואס איז חכמת ישראל ? די חז"ל גיבן אונז אויף דער פראגע א קלארע תשובה: הן יראת ה׳ היא חכמה - שכן בלשון יוני קורין לאחת הן. פאראן אלזא נאר אן איין איינציגע חכמה: יראת ד'.

ראשית חכמה יראת ד'. יראת שמים איז, ווי מיר זעען, דער אנפאנג פון דער חכמה. וואס איז דער סוף? אויך דאס האבן אונז די חז"ל קלאר געמאכט: תכלית חכמה תשובה ומעשים טובים. און וואס איז צווישן אנפאנג און סוף? אינצווישען איז די הלכה. דער וועג וועלכער פירט דעם מענטש פון יראה צו תשובה און מעשים טובים, איז דער וועג פון הלכה און מצוות. און אט דאס איז דער סך-הכל פון חכמת ישראל.

די דאזיגע חכמה דארף מען לערנען. זאגט אונז דאך דער פסוק: למען תלמד ליראה את ה'. אבער לערנען מיר טאקע די חכמה? מיר מיינען נאך אלץ, אז יראה איז אפּהענגיק פון רצון. אלץ דארף מען לערנען, אבער יראת שמים, דאס - זאגט מען אונז - דארף מען נאר וועלען און ניט מער.

אבער דאס איז ניט די אידישע השקפה. דאס איז דער לעבענס-בליק פון די אומות העולם. ביי זיי איז פילאזאפיע אן ענין פון שכל און גאטס פארכטיגקייט אפּהעגגיק פון רצון. די תורה לערנט אונז אנדערש. די תורה זאגט אונז, אז יראת שמים איז א חכמה וועלכע מען דארף לערנען, און דאס איז די איין-איינציגע חכמה.

יראת ד' איז געבונדען מיט אהבת ד'! וואס איז אהבה? האבן מיר געלערנט אין מסכת דרך ארץ: הוי אוהב את השמים, הוי אוהב את הבריות. פרעגט די גמרא : וואס איז אזוינס אהבה? אמר רבא: אהבה זוהי רדיפה.

אהבת ד' מיינט אלזא די רדיפה, דאם יאגן זיך נאך דעת ד', נאך קרבת אלקים. אבער וואס איז דעת ד'? דאס לערנט אונז ירמיהו הנביא. דעת ד' איז ניט קיין פילאזאפיע און ניט קיין חקירה, נאר דן דין עני ואביון אז טוב, הלא היא הדעת אותי, נאום ד'. – השם יתברך אליין זאגט אונז, אז דאס קענען אים מיינט ניט די פילאזאפישע דערקענטעניש, נאר די גוטע טאט, דאס גיין אין זיינע וועגן: מה הוא רחום אף אתה רחום, מה הוא חנון אף אתה חנון. גאר א סאך דארף א מענטש ארבעטן ביז ער דערגרייכט די דאזיגע מדות, און די באמיאונגען דאס צו דערגרייכן ווערן אנגערופן חכמה און דאס איז די חכמת ישראל
- (כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים).

יא, דאס איז א חכמה וואס לאזט זיך ניט דערגרייכן בלויז מיטן רצון, נאר מיט ארבעט, און ווי ר' משה חיים לוצאטו לערנט אונז אין דער הקדמה צום ספר מסילת ישרים. מערקווירדיג ווי עס ווייזט אן רבינו עובדי' מברטנורא אז אויך מעשי בראשית און מעשי מרכבה, האבן אונזערע חכמים ניט באצייכענט ווי חכמה, נאר ווי מעשי בראשית, מעשי מרכבה, ווייל דאס איז ניט מער א וויסן פון געשעענישן, א באקענען זיך מיט פאקטן. ס'איז אלזא א וויסענשאפט, אבער ניט קיין חכמה. חכמה איז פאראן נאר איינע, די חכמה פון יראה.
(בעקבות היראה״ פון הרב ר' אברהם אלי' קאפלן ז"ל)


אין געראנגעל מיטן שטן . . .

למה תוקעין? . . . רחמנא אמר תקעו... אלא למה חוקעין ומריעין ותוקעין? כדי לערבב את השטן.

פאראן מענטטשן, פאראן א צייט און פאראן א פלאץ, וואס בכדי צו דערגרייכן א געגענזייטיקע פארשטענדיגונג זיינען ניט נויטיג קיין לאנגע פּאטעסישע רעדעס און שטארקע אויסדרוקן. גענוג איז א האנט-דרוק אדער א שווייגענדיגער בליק, בכדי צו פארשטיין דעם אנדערן און זיך פארבינדן אין אן אייביגע פריינטשאפט. ווען דעם תנא איז דאס ניט אייגגעפאלן האט ער געפרעגט: למה תוקעין? וואס וועט צוגעבן דער פשוטער קלאנג פון א שופר איל? האבן מיר דען ניט אין ראש השנה גענוג הארציגע תפילות און וואונדערלעכע פיוטים צו דערוועקן דאס הארץ? און אויב דאס אלץ וועט ניט העלפן, וואס קען דען שוין אויסטאן דער שופר פון אן איל פשוט?

דערויף האט מען אים געענטפערט: רחמנא אמר תקעו! די זעלבע מדה פון רחום וחנון האט אונז געזאגט: מיר איז חשובער דער פשוטער רוף פון א תמימות'דיג אידיש הארץ, דער פשוטער קרעכץ פון א צעבראכן אידש געמיט, מער ווי אלע פּרעכטיגע קינסטלערישע תפילות, אויב דאס הארץ איז ניט דערביי. דעמאלט האט זיך רבי יצחק געוואונדערט: אויב אזוי, אויב דער כוח פון פשטות איז אזוי גרויס, נאך וואס ווידער דער תשר"ת, דער תש"ת און דער תר"ת? האט מען אים געענטפערט: צווישן אונז און דעם בורא, וואלט טאקע גענוג געווען מים א פשוט'ן קול, מיט איין פאשוט'ן געשריי, דאס אליין וואלט שוין צוריקגעשטעלט אונזער קשר מיטן רבונו של עולם. היות אבער דער שטן מישם זיך אריין, ער שטעלט קשיות און ווארפט אריין ספקות, צעמישט און צעטומעלט די מוחות, איז שוין דאס פשטות אליין ניט גענוג. קעגן דעם שטן-פילאסאף מוז מען שוין ארויס מיט א מער קאמפליצירט כלי-זין בכדי אים מערבב צו זיין...
(ספר זכרון מאיר להגר"מ שפירא זצ"ל מלובלין)


סתרו יושר, עצתו אמונה, פעולתו אמת.

דער יושר פון השי"ת איז פון אונז פארהוילן. אונזער שכל איז צו באגרעניצט עס צו פארשטיין. די עצה צו דעם איז אמונה - עצתו אמונה, צו גלויבן אז פעולתו אמת, אז אלץ וואס השם יתברך טוט איז אמת און ריכטיק.
(אהל תורה - קוצק)

דער בעסער שליסל. . .

דער בעל שם טוב הקדוש האט אמאל אנגעזאגט זיין תלמיד ר' וואלף קיצעס ער זאל זיך אויסלערנען די כוונות פון די תקיעות. ר' זאב האט נאכגעקוקט אין ספרים, זיך דאס אלץ פארשריבן אויף א שטיקל פאפיר בכדי עס צו האלטן נעבן מחזור ווען ער וועט זיין דער בעל מקריא. אבער ווען ס'איז געקומען צו תקיעת שופר האט ער ניט געפונען דאם פּאפּירל. ר' זאב האט זיך דערפון זייער מצטער געווען. אבער דער בעש"ט האט אים געטרייסט: די כוונות פון די תקיעות זיינען ווי שליסלען צו א היכל, יעדע כוונה איז א שליסעל ווואס פּאסט צו אן אנדער היכל, אבער מיט א האק ברעכט מען אלע שלעסער. בכדי צו עפענען די היכלות פון היכל ד' דארף מען טאקע די כוונות, אבער מיט א צעבראכען הארץ קען מען זיי עפענען אויך אן די באזונדערע כוונות...


גליק פון תשובה

אויפן ארט וואו ס'שטייס דער בעל תשובה, שטייט אפילו ניט דער צדיק גמור...
וואסער מין ארם מיינט מען דא? זאל עס זיין דער ארט פון זכות! היתכן? וואלט עס ניט געווען אן אומרעכס געגן דעם צדיק? דערפאר אפשר בעסער צו זאגען: דער ארט פון גליק? ווארום, באמת, וואס איז דען דאס גליק פון צדיק, דעם צוגעוואוינטן צו דעם ליכט, אקעגן דעם גליק פון דעם בעל תשובה, ווען ער דערזעט עס פּלוצלינג נאך א לאננער פינסטערער נאכט?
(ד"ר נתן בירנבוים ז"ל)


אידישע גרויסקייט

גוי גדול - ווערן מיר באצייכענס אין דער תורה. אבער אין וואס באשטייט די דאזיגע גרויסקייטן, מיט וואס זיינען מיר, איינס פון די קליינע פעלקער פון דער וועלט, גרויס? לייענענדיג ווייטער, באקומען מיר דעם ענטפער: כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים... מאטעריעלער באזיץ איז ניט די איינציקע מאס פאר גרויסקייט. רייכטום און מאכט באצייכענען נאך ניט דעם עיקר-מהות פון זייער באזיצער. אמת'ע גרויסקייט ווערט נאר געמאסטן לויטן מרחק צווישן השם יתברך און דעם מענטש. די ריזיגסטע אוצרות, די בעסטע קריגס-מכשירים, די קינסטלערישסטע שאפונגען זיינען ניט די פאקטישע באשטאנד-טיילן פון נאציאנאלער גדלות. אן דער באהעפטונג אינעם אויבערשטן, בלייבט מען ביי דעם אלעס קליין און נישטיג, וואס שטארקער און איינדרינגליכער עס ווירקט אין אונז די אידייע פון מלכות שמים, וואס העלער און דורכזיכטיגער עס שיינט אין אונז דער אמת'ער תכלית פון דער מענטשהייט, וואס נענטער מיר זיינען צום אין סוף, צום אויבערשטן, אלץ מער שטייגט אונזער ווערט און גרויסקייט.
(אידישע גרויסקייט, פון ר' יהודא ליב ארלעאן הי"ד)


אידן מוזן צוריקקומען

ישעי' הנביא האט געזאגט: איזה ספר כריתות אמכם וגו', אבער ירמי' האט דאך געזאגט: ואתנה ספר כריתות וגו'? זאגט דערויף דער חידושי הרי"מ ז"ל, אז מיר פסקענען דאך משלחת וחוזרת קען מען נישם גט'ן. און אידן זיינען דאך זיכער מושלחים וחוזרים, ווייל ווען אפילו מ'וועט זיי אוועקשיקן טויזנט מאל, וועלן זיי ווידער צוריקקומען, ווייל אידן האבן ניט אין ערגעץ קיין פלאץ נאר ביים רבונו של עולם.
(חידושי הרי"מ)

פארוואס ביסטו נישט געקומען פריער!. . .

ר׳ אהרן קארלינער זצוק"ל, ווען ער האט געדאווענט פארן עמוד איז ביי המלך אויסגעבראכן אין א שרעקלעך ביטער געוויין. ער האט שפּעטער געזאגט: איך האב מיך דערמאנט יענע גמרא ווי אספסינוט האט געזאגט צו ר׳ יוחנן בן זכאי: דו רופסט מיך מלך, ביסטו אלזא מחוייב צוויי מאל מיתה, ווייל אויב איך בין א מלך פארוואס ביסטו ניט געקומען פריער?. ווען איך האב אנגעהויבן זאגן המלך האב איך מיר פארגעשטעלט ווי מען פרעגט מיך אין הימל: אויב אזוי פארוואס ביסטו ניט פריער געקומען? פארוואס האסטו געווארט ביז איצט מיט תשובה טאן?! . . .

איצט פועלט נאך חרטה. . .

פאר כל נדרי האט אמאל דער ישמח משה זצוק"ל אזוי געזאגט צום עולם אין זיין בית־המדרש: - טייערע אידן, לאמיר זיך פארטראכטן וועגן דעם קיטל וואס מיר האבן אונז ארויפגעצויגן אויף זיך. מיטן זעלבן קיטל וועלן מיר גיין אין עולם העליון אפּגעבן דין וחשבון. לאמיר דעריבער שוין איצט תשובה טאן! ווייל דעמאלט ווען מיר וועלן שטיין פארן בית־דין פון מלך מלכי המלכים וועלן מיר דאך זיכער חרטה האבן אויף אונזערע נארישקייטן. אבער דעמאלט וועט דאך זיין צו שפּעט, איצט איז נאך צייט און מען קען נאך תשובה טאן. . .

נאך דערפאר ווייל מיר זיינען דיינע עבדים. . .

ערב יום־כיפור האט זיך דער ריזשינער זצוק"ל אויסגע'טענה'ט מיטן רבונו של עולם:
למשפטיך עמדו היום - די אידן קומען דיך היינט משפט'ן, זיי קומען מיט טענות צו דיר, ווייל - כי הכל עבדיך, - ווייל אלץ וואס עס קומט אויף זיי, אלע צרות און רדיפות, איז דערפאר ווייל זיי זיינען עבדיך. . .


פון א גולם א מענטש

ר' ישראל סאלאנטער זצוק"ל האט געזאגט:
דער מהר"ל פון פראג האט געשאפען א גולם. דאס איז באמת א מופת. אבער נאך א פיל גרעסערער מופת איז צו שאפן פון א גולם א מעטטש. . .

צעברעכן רעגז יצר הרגו. . .

ר' שמחה זיסל זצוק"ל האט געזאגט:
כל הזובח את יצרו מעלה עליו הכתוב כאילו הקריבו וכו', אבער מען דארף פריער וויסן די סימני שחיטה, וואס און ווי אזוי צו שעכטן. . .

איר פארשלאפט א מלוכה. . .

ר' שמחה זיסל פלעגט אין דער פרי וועקן זיינע קינדער מונטערנדיג די: קינדערלעך, איר פארשלאפט א מלוכה. דער אויבערשטער האט דעם מענטש געמאכט א מלך אויף דער בריאה. . .

* * * * * * * * * *

די חכמים באנוצן זיך אמאל מיטן אויסדרוק פון יורד לגיהנום און אמאל מיט נופל לגיהנום. דאס פאסט זיך צום סוג עבירות פון מענטש. פאראן עבירות וואס שלעפן דעם מענטש לאנגזאם אין גיהנום און פאראן אזעלכע וואס שליידערן דעם מענטש אין גיהנום מיטאמאל. . .
(פון ספר המאורות הגדולים פון הרב ר' חיים אפרים זייטשיק)


נישט שווער צו זיין א ייד

שווער א איד צו זיין זאגט ואס שפריך-ווערטל. אבער עם איז נישט ריכטיג. שווער א איד צו זיין איז פאר דעם, וואס האט א טונקעל באוואוסטזיין און א טעמפּ געפיל. דעריבער איז פאר אים נישט די תורה א שווערע לאסט, וואס קרעמפּירט דין לעבן. זי איז פאר אים נישט נאטירליך, ווייל ער קאן נישט דענקען און פילן און ממילא איז ער נישט מרגיש די שפע פון לעבן, אמת'דיגס און נאטירליכעס, דערקוויקענדיגס און דערווארימדיגס, וואס זי ליפערט אים. אוודאי, וועד עס האט א נאז-קאטאר, איז פאר איס דאס האלטן די שמעקענדיגסטע בלומען א לאסט, ווייל זיינע שמעק-ארטעריעס זיינען פארשטאפט און ער פילט נישט דעם מחיה'דיגען ריח, וואס זיי גיבן פון זיך ארויס. אבער פאר א מענטש וואס האט א געזונטן חוש-הריח איז עס גאר קיין לאסט נישט. אדרבא, א פארגעניגען זיך צו דערקוויקן מיט דעם שמעקענדיגן ריח. און וויפיל זיינען עס דא אזעלכע, וואס האבן נעבעך א גייסט-קאטאר, וואס זייערע גייסט-ארטעריעס זיינען קראנק און פארשטאפּט, א, ליידער א סאך, זייער א סאך. פאר זיי איז שווער א איד צו זיין, אבער נישם פאר די וועלכע האבן א גייסטיגן חוש-הריח און פילן די נאטירליכקייט פון דעם טל של תחי' פון דער תורה. פאר זיי איז גארנישט שווער א איד צו זיין. פאר זיי עס דאס העכסטע פארגעניגען אין לעבן.
(פון תורה-באוואוסטזיין פון הרב ר' שמואל ווואוסקי ז"ל)