לדלג לתוכן

ימים נוראים אלמאנאך ומפני חטאינו גלינו

פֿון װיקיביבליאָטעק

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


מפני חטאינו גלינו...
ד"ר נתן בירנבוים (תרכ"ב - תרצ"ז) אין זיין יונגקייט

פון ד"ר נתן בירנבוים ז"ל

אוי רבונו-של-עולם, געהאט האבן מיר א בית-מקדש. אונזערע כהנים האבן דיר דארטן מקריב געווען אונזערע קרבנות, אונזערע לויים דיר דארטן געזונגען דוד המלכ'ס אייביגע לידער. דיינע גרויסע, שווערע סודות האבן זיך דארטן געשושקעט, דיין נאענטקייט האבן מיר דארטן געקענט פילן, מיט הייליגקייט האבן מיר זיך דארטן געקענט אננעמען. דארטן האבן מיר קעקענט פארשטיין, ווער מיר זיינען אויף דער וועלט, און היינט: אלץ צערונען געווארן, גלייך ס'וואלט קיינמאל נישט געווען. דו האסט אונז געגעבן, און האסט ווידער צוגענומען ביי אונז. געלויבט זאל זיין דיין נאמען!

אוי, רבונו-של-עולם, געהאט האבן מיר א ירושלים, פול געווען מיט לעבן און לעבעדיגקייט ווי אנדערע שטעט, און פארט געווען אנדערש ווי זיי. עפעט אדורכגענומען מיט א הייליגן ציטער, מיטן ציטער פונעם בארג סיני, פון יעדן הייזל, פון יעדן שטיינדל האט ארויסגעשריגן דיין שטאט, אויבערשטער, דיין שטאט פאר דיין פאלק, צו לעבן אין איר לויט דער תורה, לויט דיין רצון. און היינט: פארלאשן דער אמאליגער גלאנץ, גלייך ווי ער וואלט קיינמאל נישט געווען געלויכטן. דו האסט אונז געגעבן, און האסט ווידער צוגענומען ביי אונז. געלויבט זאל זיין דיין נאמען!

ד"ר נתן בירנבוים (תרכ"ב - תרצ"ז) אין זיין אלטקייט

אוי, רבונו-של-עולם, געהאט האבן מיר אן ארץ הקדושה, ארץ ישראל. אונזער לאנד! אונזער לאנד? דיין לאנד! דאס לאנד וואס אין אים האט געוואוינט דיין שכינה. דאס לאנד, וואס זיינע פעלדער, וועלדער און טייכן האבן שוין געווארט צו געבן א ווידער-קול צו אונזערע געזאנגען, ווען מיר האבן עולה רגל געווען, דריי מאל אין יאר. דאס לאנד, וואו עס האבן געדונערט אונזערע נביאים, און דעת און רחמים און תפארת האבן זיך געטראגן אין דער לופטן. און היינט: דאס גלות. פארטריבן פון דער היים! דו האסט געגעבן, דו האבט ווידער צוגענומען ביי אונז. געלויבט זאל זיין דיין נאמען! ומפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו — און געשען איז עס, ווייל מיד האבן געזיגדיגט.

אמת, אונזערע כהנים האבן דיר מקריב געווען קרבנות, אונזערע לויים האבן דיר געזונגען דוד המלכ'ס אייביגע לידער. אבער דיין נאענטקייט האבן מיר אפּנים נישט תמיד געפילט, נישט צופיל מיט הייליגקייט זיך אנגענומען. אפּנים פארט נישט פארשטאנען, ווער מיר זיינען אויף דעד וועלט. נישט בחינם האסטו דיך דורך ישעי' הנביא געבייזערט אויף אונז: למה לי רוב זבחיכם? מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי ? און לא אוכל או! ועצרה. יא, קרבנות האבן מיר גענוג געבראכט און געשטופט זיך אין אלע היילן פון בית המקדש, אבער טוענדיג דיין עבודה מיט איין האנט, האבן מיר זי צונישט געמאכט מיט דער אנדערער האנט.

אמת, ירושלים איז געווען אדורכגענומען מיט א הייליגן ציטער פונעם בארג סיני. דיין שטאט געווען, פאר אונז אויפגעבויט צו לעבן אין איר לויט דיינע געבאטן. אבער האבן מיר דען טאקע געלעבט לויט זיי? האבן מיר דען נישט איבערגעהילכט דעם הייליגן ציטער מיטן ליארעם פון אונזערע מעשים רעים? איז דען מעגלעך אז ישעי' הנביא זאל בחינם האבן אויפגעהויבן א געשריי: איכה היתה לזונה קריה נאמנה, מלאתי משפט, צדק ילין בה, ועתה מרצחים?

אמת, דיין שכינה האט געוואוינט אין אונזער לאנד אין דיין לאנד אמת, ס'האט זיך דארטן געטראגן אין דער לופטן דעת, רחמים און תפארת. אמת, די וועלדער, פעלדער און טייכן האבן שוין דארטן געווארט אויף אונזערע געזאנגען. אמת, די נביאים האבן געדונערט, און פאר זיי און פאר זייער דונערן קומט אונז אןיך א שטיקעל יישר-כוח. נאר זיי האבן דאך נישט בחינם געדונערט. ווייזט אויס, מיר האבן נישט גענוג פארשטאנען צו פארכאפן דאס דעת, די רחמים און תפארת, וואס האבן זיך געטראגן אין דער לופטן. און אפשר האט זיך פון אונזערע געזאנגען ארויסגעהערט די שמחה מיט דיר, דאס התלהבות פאר דיר, די ליבשאפט צו דיר, נישט מיט אזא כוח און מיט אזא ריינקייט, ווי די וועלדער, די פעלדער און די טייכן פון ארץ ישראל האבן זיך געריכט אונז...

נאר, אויב מפני חטאינו גלינו, רבונו-של-עולם, ווי אזוי זאלן מיר צוריקקומען? אויב ווייטער זינדיגע, ווי דעמאלט, אדער נאך מער ווי דעמאלט, האסטו דאך נישט ערשט געדארפט אונז טרייבן אין גלות? און אויב דו האסט אפשר פארט בדעה – אונזער אמונה רעכענט זיך מיטן מעגליכקייט – מיט אונזערע מעשים, טארן מיר זיך נישט רעכענען דערמיט. מיר טארען נישט וועלן אנקומען צו אן אויסטערלישן חסד דיינעם. מיר טארן זיך נישט פארלאזן דערויף, אז ארויסגעטריבענע מפני חטאינו, וועלען מיר פלוצים זיך מעגן אומקערן מיט די אלטע זינד. דו מעגסט אונז שיקן דיין חסד אומגעריכטערהייט, אויב דיין רצון וועט זיין אזר, אבער מיר טארן זיך נישט ריכטן אויף אזא אומגעריכטקייט. מיר מוזן ארבעטן אויף מבטל צו זיין די סיבה, וואס צוליב איר האבן מיר אנגעוואוירן אונזערע אמאליגע גדולות. פאר אונז מוז גילטן: אויב מפני חטאינו גלינו, אויב מיר זיינען געגאנגען אין גלות צוליב אונזערע זינד, מוזן מיר אדרס פון זיי צויליב אונזער תשובה.

נאר וואו נעמט מען דאס א תשובה, רבונו-של-עולם, אז די אפיקורסים זאלן זיך אנהויבן שעמען מיט זייער פעטער חוצפה און מיט זייער מאגערן דעת? אז די הולטאיעס זאלן זיך אנהויבן מיאוס'ן פאר זייער פּאסקודנע פירן זיך; אז די אכזרים זאלן זיך אנהויבן דערשרעקן פאר זייער שלעכטקייט; אז די גוטע און פרומע זאלן אנהויבן קלערן, וואס עס פעלט זיי נאך צו זיין גוט און פרום: אז די פראסטע מענטשען זאלן אנהויבן זעען זייערע קליינקייטן און האלבקייטן? וואו נעמט מען דאס א תשובה זי זאל ארומנעמען דאס גאנצע פאלק, זיי זאלן זיך אנקוקן איינער דעם אנדערן און מיט א פחד געבן א געשריי אויס: אוי, ווי ווייט זיינען מיר פארקראכן, לאמיר זיך אומקערן!?

אוי, וואו נעמט מען דאס א תשובה, זי זאל טאקע זיין א תשובה, א גאנצע, א הייסע, א שטארקע, א פועל'ענדיגע ביי דיר? נישט קיין פשוט מויל-חטאינו, נאר א הארץ-חטאינו און א קאפּ-חטאינו! וואו נעמט מען דאס אן ארבעטס-תשובה? וואו נעמט מען דאס פירער פונעם פאלק, וואס זאלן אויפבויען די כנסת ישראל, וואס אין תוך גענומען איז זי אצינד גאר נישט בנמצא, - כנסת ישראל, אן איינגעווארצעלטע, וואס אין איר זאלן זיך אויפהאדעווען התלהבות'דיגע, צניעות'דיגע, ערלעכע און גאנצע אידן, אידן מיט כוח און מיט גבורה, מיט באהארצטקייט און מיט מסירת נפש? אוי, וואו נעמט מען אן אמת'ע כנסת ישראל?...

אוי, רבונו־-של-עולם, וואו נעמט מען עס א תשובה, זי זאל צונעמען ביים אידישן פאלק אלץ וואס איז סותר זיין אויסדערוויילטקייט? וואו נעמט מען די תשובה, וואס זאל אוועקשטעלן דאס אידישע פאלק אויף אזא הויכער מדרגה פון דעת, רחמים און תפארת, אז די אומות העולם זאלן זיך מוזן אנהויבן צו באקלערן וועגן אונז און וועגן זיך אליין, און דו זאלסט דעמאלט – זיי-זשע מוחל, גרויסער גאט - מער נישט האבן קיין ברירה, נאר אן עק מאכן צו אונערע צרות און זייערע מהומות, שיקן דעם גואל צדק אויף דער וועלט.

אוי, וואו נעמט מען, וואו נעמט מען?...