לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו די גייסטיקע ירידה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


ר' הלל צייטלין וועגן די שולדיקע אין דער גייסטיקער ירידה

אין זשורנאל ידיעות יד ושם אלול תשט"ז, אויגוסט 1956 , געדרוקט אין ירושלים, (געדרוקט אין העברעאיש, גיב איך אין אידישע איבערזעצוגג) אין דער פראגע וואס איז געפרעגט אין אן אנקעטע, אין דער ווארשעווער געטע, וועגן דער ירידה פון דער גייסטיקע דעליגיעזע צושטאגד - האט ר' הלל צייטלין, הי"ד, געגעבן צי פארשטיין: די היסטאריע לערנט אונדז, אז אין צייטן פון צרות ביי אידן, שטארקט זיך די רעליגיעז געפילן, און דער המון עם (פאלקס מאסן) באהעפטן זיך אין תורה און אמונה - צייטלין איז מודה, אז עס איז געשען א ירידה - אין דעם הויז וואו ער וואוינט (שליסקא 60) איז צווישן 220 משפחות, איז 2-3 היטן שבת - - די מרידה קעגן - רבונו של עולם, וואס איז געווארן אפילו ביי רעליגיעזע אידן, איז די סיבה, וואס די גייסטיקע מנהיגים אין פוילן, האבן פאר דער מלחמה, ניט געטאן קיין זאך, כדי צו שטארקן דעם רעליגיעזן געפיל צווישן דעם פאלק, המון עם, צו געבן צו פארשטיין, דורך אויפקלערונגט ארבעט, פאר וואס מען ברויכט כשרות און שבת, - עס איז טיילמאל געוועזן צוזאמענשטויסן פון די שומרי שבת מיט די מחללי שבת, אין די גאסן... אבער מען האט ניט געגעבן צו פארשטיין, וואס איז שבת דעם געדאנק און דאס חשיבות פון קדושת השבת, און אפילו יעצט (אין דער געטע), טוען זיי גאר ניט צו געבן פארשטיין די רעליגיעזע געפילן...

די רעליגיעזע פירער באנוגענען זיך מיט שנארעריי ביים אמעריקאנער דזשוינט,.. און דאס האט געמאכט, אז די אידן זיינען ניט פייאיק ביישטיין קיין שום נסיון - - און דאס האט מען געזען, אפילו פאר דער מלחמה – בעת דעם קאמף קעגן דער פארבאט פון שחיטה, און כשרות, אידן האבן געגעסן טרפות, אפילו, ידען דער פרייז פון כשר פלייש ביז טרפה, איז געוועזן א קלייניקייט.

אסימילאטארן, און אפילו משומדים זיינען אין דער געטע געווארן די פירער און געהאט די בעסטע שטעלעס אין דער ערשטער רייע פון אידישן לעבן, און מיט שפּאט און בזיון, חוזק, אויף די אידישע פאלקס מאסן, המון עם - (ווייטערדיקע בריף פון ר' הלל צייטלין אין די ווייטערדיקע קונטרסים).

זאל דאס היינט 1957, זיין א ווארנונג צו די גייסטיקע מנהיגים, זיך ניט באנוגענען מיט פּאליטיק און געלט זאמלונגען... נאר מיט אמת הייליקע נשמה אויפקלערונג פאר: יודנטום, תורה, אהבת ישראל, רעספעקט צום פשוטן פאלקס איד... דאס איז דער איינציקער וועג צו דער גאולה: גייסטיק, מאראליש, מאטריאליש, לכל ישראל...