פסח זמן חרותינו ויהי בחצי הלילה
פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן
הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל!
(געוועזן געדרוקט אין די צייט פורים ת"ש 1940, און איז אויך היינט לכבוד פסח תשי""ז 1957, מיט אייניקע הוספות, אקטועל).
ויהי בחצי הלילה - דער נס פון המנ'ס מפלה איז געוועזן אין פסח ביינאכט.
אזוי דערציילט די אגדה: ווען המן הרשע, צורר היהודים, האט געוואלט אויסראטן דאס גאגצע אידישע אפלק, האט ער דערקלערט צום מלך אחשורוש: ישנו עם אחד - דאס אידישע פאלק איז פארשלאפן, מפוזר ומפורד, צוקריגט, ניט פאראייניקט. עס שלאפט, אויסגעטאן פון אלע הייליקטימער, פון אחד. אויך זייער גאט שלאפט, גיט שוין מער ניט אכטונג אויף דאס אידישע פאלק. דעריבער האסטו, אחשורוש, שוין ניט וואס מורא צו האבן פאר דעם פאלק ישראל, און פארן שומר ישראל, און מען קען זיי אויסראטן, האט ער א גזרה געחתמ'ט להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד, פארטיליקן, אויסהרג'ענען, אויסראטן דאס גאנצע אידישע פאלק, אלט און יונג, קינדער און פרויען אין איין טאג. . . . (תלמוד ומדרשים וע"ש והבן).
ומרדכי ידע את כל אשר נעשה, מרדכי ווייסט, פארשטייט אלעס וואס איז אפגעטאן געווארן, אז די המנ'ס האבן זיך געשטארקט. די המנ'ס ווייסן גוט וואס עם טוט זיך ביים אידישן פאלק. . . דער שטן המשחית ווייסט אויך, ליידער, די געטלעכע השגחה, מאמענטן פון גאט'ס צארן, ווי אפילו כביכול, דער רחום וחנון, וואלט געהאלטן פארמאכט די אויגען. . . (ילקוט שמעוני עה"כ ויהי בנסוע הארון, בהעלותך, וע"ש ובכ"מ והבן) פארשלאפן. . . מרדכי ווייסט, אז המן ואחשורוש זיינען איצט שטארקער אפילו ווי די הימלישע מליצי יושר (שמואל אמר גבר מלכא עילאה וכו' מגילה ט"ז וע"ש והבן) און מען מוז איצט שטארקער מיט אלע אנשטרענגונגען רופן צום אידישן פאלק, שטארקן זיי אינערלעך, אויך רופן צו גאט, דערוועקן אלע זכותים, זכותים, זכות אבות, אלע מליצי יושר, גוטע מדות, מתעורר זיין גרויס רחמים. . . אויפוועקן אלע, דאםס אידישע פאלק, די נביאים, אבות ואמהות, און אפילו די שכינה, כביכול, געבן א נביאישן בלוטיקן געשריי עורה למה תישן. . . דערוועק דיר, גאט, וואס ביזטו ווי פארשלאפן, עפן ביידע אויגן איצט. (וע' מדרש שיר השירים עה"כ דומה דודי לצבי והבן).
און מרדכי צורייסט זיך זיין הארץ, זיינע מלבושים, שרייט ביטער, שרעקלעך, רופט צוזאמען אלע אידן, אלע פרומע, סנהדרין, פרייע, גלויביקע, אויך די וואס האבן זיך שוין געהאט אפילו געבוקט צום צלם. . . און די וואס האבן געגעסן פון די טרפה'נע סעודות, געפרעסן, געזויפט דעם יין-נסך פון אחשורוש'ס סעודה (תלמוד ומדרשים והבן), אלע אפטריניקע, אסימילירטע, ביז די פרומסטע, און זאגט צו די פשוטע איינפאכסטע הארציקע פאלקס-טימליכע ווערטער: אידיש פאלק, טייערע געליבטע צו גאט אין הימעל, ווייסט איר, אז המן האט גוזר געווען אלע אויסצוראטן פון דער וועלט, אפמעקן אונזער נאמען פון אונטערן הימעל. מיר האבן ניט קיין מלך אויף וועמען זיך צו פארלאזן, און קיין נביא וואס זאל בעטן אויף אונדז רחמים, קיין ארט וואו צו אנטלויפן, קיץ איין מדינה וואו מיר זאלן דארט זיין געזיכערט, אין יעדן ארט ווערט אויף אונדז שלעכטס געשריבן, מיר זיינען ווי שאף אן א פאסטוך, ווי א שיף אן א פירער, ווי יתומים אן א פאטער, ווי א זויג-קינד אן א מוטער, וויי, ווי גרויס איז די גזרה, ניט אויף האלב, ניט אויף א דריטל, ניט אויף א פערטל, נאר אויף דעם גאנצן כלל ישראל. אויסרייסן זיי אלע מיטן ווארצעל. . .
דערביי האט ער ארויסגענומען א ספר תורה און געלייענט די תוכחה און געוויזן ווי די תורה זאגט ווען אייך וועט זיין שלעכט, באחרית הימים, עם וועט אייך דאס טרעפן, וועט איר זוכן גאט, און ער איז א רחום וחנון (ואתחנן) - (תרגום שני אסתר וע"ש). און דאס אידישע פאלק האט דערוואכט. אלע זיינען אויפגעשטאנען פון שלאף, זיך פאראייניקט, כנוס את כל היהודים געטאן תשובה, צוריק צום אידישן פאלק, צו גאט, צו די הייליקטימער, געטלעכע נביאישע הייליקטימער (תלמוד, קבלו התורה בימי אחשורוש והבן וע"ש).
דאן האט אויך אסתר זיך איינגעהילט אין הייליקטום, גלויבן, האפנונג (ותלבש אסתר מלכות, לבשה רוח הקודש, וע"ש). זי איז געגאנגען בעטן פאר איר פאלק, בעטן א דעקלעראציע, אויסבעטן, א טובה־-מאניפעסט ביי אחשורושן, ביים מלך טיפש ואכזר, אבער דאן האט זי דערזען די צלמים, די עבודה זרה, און די שכינה רוח הקודש האט זיך פון איר אפגעטאן. האט זי פארשטאנען, אז דעקלאראציעס, מענטשלעכע מאניפעסטן האבן קיין גרויסן ווערט ניט, און זי האט א געשריי געגעבן: אלי אלי למה עזבתני (תהלים, עפ"י התלמוד), גאט, מיין גאט, וואס האסטו מיך פארלאזט? זע ווי ווילדע הינט און שדעקלעכע בייזע לייבן. . . ווילן אונדז פארלענדען, פארצוקן. איך בין ווי א ווערעמעל, וואס אלע טרעטן אויף מיר, רויבן פון מיר אפילו די מלבושים (כל הקאפיטעל כ"ב שם והבן). האט זי געוועקט זכות אבות און רחמים, און דער געטלעכער נס איז געשען.
בלילה ההוא נדדה שנת המלך די נאכט איז טאקע דער מלך, די געטלעכקייט ניט געשלאפן, געווארן וואך - נדדה שנת מלכו של עולם (שם) - און ריכטיק הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, ער, כביכול, איז ניט געשלאפן, ולא ישן, און אלע מליצי יושר, מלאכים, אבות ואמהות הנביאים,
אלע זיינען דערוואכט געווארן. און האט מען אחשורוש'ן ניט געלאזט שלאפן, שומר ישראל, דער נס איז געשען, דער פאסטוך איז וואך, היט די שאף, דער פירער היט די שאף, דאס אידישע פאלק איז ניט פאר'יתומ'ט, דאס פאלק איז געהיטן, און אנשטאט וואס עס איז געווען אבל גדול ליהודים, א גרויסער טרויער צו אידן, איז איצט געווארן שמחה וששון ליהודים, שמחה און פרייד צו אידן, מיט א אייביקן טאג און יום טוב פרייד, גוטע מנהגים פון משלוח מנות, סימבאל פון אייניקייט, פריינדלעכקייט, ברידערלעכקייט, ריכטיק ישנו עם אחדי.
שומר ישראל! היינט ווען עס זיינען אויפגעשטאנען די פארשידענע המנ'ס, צוררי היהודים, עמלקים, געוועזענע קנעכט (עפ"י המדרש) און האבן א לאזונג פארטיליקן, אויסהרגוענען, אויסראטן אלע אידן, אלט און יונג, פרויען און קינדער אין אין טאג, און דערווייל זיי אויסנוצן אלס אומבאצאלטע שקלאפן - לעבדים ולשפחות ואין קונה, (תוכחה ודברי אסתר עפ"י אגדה) - אן רחמנות, ווי חיות רעות, ווילדע הינט, בייזע בלוטדארשטיקע לייבן, מיט זייער המן-חכמה צו מאכן תליות פאר אומשולדיקע קרבנות. ווי שאף אן א געטרייען-פאסטוך. . . . זיינען מיר, כצאן לטבח יובל, ווי שאף צו דער שחיטה, להרג לאבד למכה ולחרפה. ווי א שיף, וואס ראנגעלט זיך מיט די ווילדע ים כוואליעס, און האט ניט קיץ פירער, וועלכער זאל זי מיט מסירת נפש צו א ברעג פירן. ווי יתומים אומבאהאלפענע זיינען מיר, מיר האבן ניט אויף קיינעם זיך צו פארלאזן, אפילו ווער עס זאל בעטן אויף אונדז רחמים, מיט א אנגעווייטיקט עכט אידיש פאלקסטימלעכע נשמה הארציקע תפילה, אין קיין ארט, לאנד דינען מיר ניט זיכער. . . מיר דינען ווי פארשלאפן, ליגען ווי א געפערלעכער חולה, אומבאהאלפן, אומבאוואוסטזיניק, פאר'חלש'ט, צובראכן, גייסטיק, עקאנאמיש, פיזיש. אלע, פון די גרויסע, מיט די פארשידענע טיטולען, אלט און יונג, ביז די ארימסטע, צוזייט, צושפרייט, נע-ונד, מפוזר ומפורד, קיץ טרייסט, קיין נחמה, עס דאכט זיך, חלילה, ווי כביכול, די שכינה, איז אויך פארשלאפען, מוז זיך איצט ארויסרייסן פון די טיפסטע ממעמקים ווינקעלען, פון דער אידישער פאלקס נשמה עורה למה תישן, כביכול לאז ניט שלאפן, ניט קיין פריינד, ניט קיין פיינט, זאלן אלע וועלטן זיין אויף, וואך - עליונים ותחתונים – לא ינום ולא ישן שומר ישראל.
אלי אלי למה עזבתני! גאט מיין גאט, אין דער פינסטערער נאכט, מפחד בלילות, אין דעם וועלט בלעק-אויט, שטיי אויף, עפן ביידע אויגען. . . זע אונדזער אומגליק, זע די ליידן פון אונדזערע אלטע און יונגע, קינדער און פרויען, זייערע ביטערע ליידן, הונגער, מגפות, פארשידענע צרת, פינסטערנישן, אומגליקן, יתומים, אלמנות, פארוויסטע היימען אבל גדול ליהודים, ביים גאנצן פאלק, און איבערהויפט אין די פארשקלאפטע געטאס. דו פאטער, מלך, שאף פירער, הילף ברענגער, רעטע דאס אידישע פאלק, הצלה מחרב נפשי, רעטע אונדז פון דער שווערד. . . כי לד׳ המלוכה ומושל בגויים. . .
שומר ישראל - משלוח מנות! שיק אונדז משלוח מנות - שלח אורך ואמתך המה ינחנו - שיק אונדז די משלוח מנות, די געטלעכע מתנה פון ליכט און אמת. דאס איז דער סמבאל פון נביאישן טרייסט, נחמה, יושר, צדק, שלום, צום אידישן פאלק און צו דער גאנצער מענטשהייט, וואס איז געבויט אויף די צוויי יסודות ליכט און אמת (שתי מנות). שטארק אין אונדז די צוויי אומשטערבלעכע פאלקס הייליקטימער, דערוואך אין אונדז אונדזער אייביקע גבורה פון אמונה ובטחון, דער סימבאל פון אייניקייט, פאלק און געטלעכקייט, ישבו עם אחד. לאמיר האפן, אז די המנ'ס, עמלקים וועלן ווערן איוסגעראטן, די געטלעכע הילף וועט קומען, ריכטיק נסים – ויקץ כישן ד', כגבור מתרונן מיין ויך צריו אחור. . . און כביכול וועט זיך אויפוועקן פון שלאף. . . ווי א גבור דערוועקט זיו פון וויין, און וועט שלאגען די שונאים (עפ"י מדרש עה"כ הזה נדרש על המן והבן) און צום אידשן פאלק וועט זיין שמחה וששון.
אלי אלי למה עזבתני.
הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.