לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו פנו דרך למלך המשיח

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


פנו דרך למלך המשיח!
מלכות ישראל - מלכות שדי
קדושים תהיו. . . ואהבת לרעך כמוך, זה כלל גדול בתורה. . .
למרנן ורבנן ומנהיגי הקהלות

לכבוד דער פראקלאמירונג פון מלכות ישראל, וועלכע איז זיכער א הייליקע פקודה. . . צו דעם נביאישן גאולה גלויבן פון משיח ומלכות ישראל, להעביר גלולים מן הארץ. . . ולתקן עולם במלכות שדי. . . די הכנה און וועג צום ריכטיקן נביאישן; שלום, משפט, צדק, יושר ואמת - דארף מען אין אלע שולן און בתי-מדרשים מעורר צו זיין אלע אידן בכלל און דאס טראדיציאנעל רעליגיעזע אידנטום בפרט, צו זיין גרייט מיט גרויס, ערנסטקייט, הייליקע התלהבות וחשבון הנפש פון דער טראגישער פארגאנגענהייט אין אלע ענינים. . . צו וויסן, אז דער יסוד פון אידנטום און די גליקלעכע אנטוויקלונג פון דער אידישער מדינה און אויפלעבונג פון אידישן פאלק, בכל מקום שהם - עם ישראל חי - מוז זיין מיט דעם הויפט יסוד פון אחדות ואהבת ישראל - אן זיגער און אן באזיגטע - נאר מיט פאראייניקטע כוחות פון אומענדלעכן גרויסן אייביקן אומשטערבלעכן אידנטום, נצחיות ישראל וכלל ישראל, דער קוואל פון אלזייטיקן שעפערישן אידנטום. . . עס מוז באקעמפט ווערן יעדע מחלוקת ושנאת חנם און אלע מכשולים אויפן וועג פון בויען די אידישע מדינה, וועלכע וועט געוויס מיט געטלעכער הילף זיין אויפן יסוד פון דער אידישער נביאישער קאנסטיטוציע, די הייליקע מאראלישע, סאציאל יושרדיקע, עטישע יסודות, וואס איז דא אין דער היינטיקער סדרה קדושים תהיו'.

מיט גלויבן אין מלכות ישראל וועלן מיר שאפן די אידישע מדינה, וועלכע וועט זיין דער אור לגוים - לשם לתהלה ולתפארת.

התעוררי התעוררי כי בא אורך. . .
עם ישראל בעד עמנו, ארצנו, תורתנו. חזקו ונתחזקו!...
הכותב בדם ודמע לשבר עמו,
החותם בנחמה ותקוה מלכות ישראל,
ב"ה ו' עש"ק פרשת קדושים, שנת בנין ירושלים – תשי"ח לפ"ק 1948,
הרב יהושע, שפעטמאן.

געוועזן דאן געדרוקט אין די צייט. אויך היינט 1957 אקטואל. . .