פסח זמן חרותינו די לאגע פון די דייטשע אידן
פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן
א דרשה געדרוקט געווארן אין די לאנדאנער צייט 2-טן יוני, 1933
(עס איז נאך היינט 1957 , ליידער, זייער אינטערעסאנט...)
הרב שפעטמאן האט געהאלטן א דרשה, אין וועלכער ער האט בארירט אייניקע וויכטיקע פראגען אין שייכות מיט דער לאגע פון די אידן אין דייטשלאנד. ער האט צווישן אנדערעס געזאגט אין שבת פ' בחקותי תרצ"ג:
מען קען ניט גרינג שעצן די קראפט פון היטלער'ן, ווייל גראדע דאס וואס ער איז ניט א פראפעסאר און ניט קיין גענעראל, נאר א פראסטער שטובן מאהלער, און קומט פון דעם פאלק, גיט אים א גרויסן צוטריט צו די מאסן. ער איז נאענט צו זייער פסיכאלאגיע, צו זייער צער, ווייטאג? ער פילט זייערע פאדלאנגען, זייער עלעמענטארישן ווילן - דאס האט אים געמאכט פאר היטלער איבער אלעס, אפילו ווייטער ווי די גרעניצן פון דייטשלאנד. פון פאלק צום פאלק, דאס איז זיין פראגראם, וואס כמעט דאס גאנצע דייטשע פאלק איז איצט מער ווייניקער מיט אים מסכים.
דאס וואס די דייטשע אידן האבן פארלייקנט זייער נאציאנאלע אייגנשאפט און ספעציפישע אידישע קולטור מנהגים, דעם עכטן אידישן טראדיציאנעלן פאלקסטימלעכן אהבת ישראל, דאס האט זיי יעצט געבראכט צו דער גרויסער קאטאסטראפע ווי עס זאגט א אויפריכטיקער דייטשער פירעער, וואס איז ניט קיין חיה'שער אנטיסעמיט, דר. פריטץ דער רעדאקטאר פון דער דייטשער אלגעמיינער צייטונג: - אזוי ווי די אידן האבן ניט געהאט קיק אייגענע קולטור ווינקל אין דייטשלאנד, מוזן זיי זיך אויסבילדן אין דער דייטשער קולטור, אט דאס איז געווען זייער אומגליק און דער אומגליק פון דייטשלאנד.
אט דאס זיינען דאך די ווערטער פון דעם אייביקן צער גלות השכינה, בני אמי נחרו בי שמוני נוטרה את הכרמים כרמי שלי לא נטרתי. (שיר השירים) דערביי איז אויך אינטערעסאנט וואס דער וועלט בארימטער אידיש-דייטשער פילאזאף פראפעסאר הערמאן קאהן וועלכער איז געווען שטרענג רלעיגיעז, האט אין די מלחמה יארן 1914 ארויסגעלאזט א רוף און אויפגעוויזן, דאס די דייטשע קולטור און דאס יהדות, יודנטום, איז איינס און דאס זעלבע. צוויי ריכטיקע ברידער, פון איין בלוט און פלייש און מיט דעם האט ער זיך געווענדעט צו די אידן פון דער גאנצער וועלט, איז אויך אפעלירט בכלל צו דער גאנצער קולטורעלע וועלט אין נאמען פון יישר, רחמנות, נביאים. תנ"ך, קולטור אזן ציוויליזאציע דאס מען זאל ניט וועלן פארניכטן דאס גרויסע דייטשע פאלק, וואס האט ארויסגעגעבן אזוי פיל קולטור גאונים, און אזוי פיל באשטייערט צו דעם וועלט'ס אוצר. דערביי האט ער אויסגערעכנט די נעמען אין וועלכע עס האט אויבן אן פיגורירט די נעמען פון די אידישע גדולים היינע, לאסאל, א.א. גלייכצייטיק האט אויך דער וועלט בארימטער פילאזאף א. בערגסאן אין פראנקרייך, אפשטאמונג פון א פוילישע אידישע אריסטאקראטיש-אסימילאטארישע פאמיליע בערגסאן, מיט אזא ענלעכן אפיל צו דער וועלט, פאר יושר, גערכטיקייט, אכטונג און ערע פאר דער פראנצויזישער קולטור, פארן פאלק, וואס האט צו ערשט געשטורעמט אין אייראפע די פעסטונגען פון באסטיליע.
די טראגיק פון אונדז אידן איז, אז ניט דער רעליגיעזער דענקער און פילאזאף, נביאים, פארשער, און ניט דער מאדערנסטער פילאזאף, האבן אזא ענלעכע אפיל אויפרוף געגעבן צו דער וועלט, דאן ווען דאס אידישע בלוט, דאס אידישער כבוד איז געווארן געטרעטן מיט די פיס פון אלע פארשידענע ווילדע חיות ווי דעניקין, פעטלורא, ווראנגעל א. א. וו. וואס האבן פשוט פון אידן א בלוט-באד געמאכט פאר אלע פארשידענע אויסוואורפן, מצורעים, וואו זיינען זיי געווען?? דאס באווייזט, אז ווי פילאזאפיש און רעליגיעז געשטימט מיט ליבע צו נביאים און תנ"ך זיי זיינען געווען, דאך האט זיי געפעלט דאס נאציאנאלע געפיל פון פאלקס וויי, צער, שמערץ, וואס עס האט א איינפאכער פשוט'ער איד מיט א אידיש הארץ, א איד פון די פאלקס מאסן פון ווייט-שעפעל אדער אנדעדע מקומות.
אט דאס איז אונדזער גרויסער נאציאנאלער אומגליק, די ריכטיקע גלות תוכחה, וזרעתם לריק כוחכם, מיר זייען צו פוסט אונזערע כחות, מיר מאכן פאליטיק, און דערביי פארגעסט מען אין פאלק, אין די פאלק'ס נשמה, פאלקסטימלעכקייט אין די פאלק'ס מאסן, אין די וועלכע זיינען די געזונדטסטע קערנדעל פון פאלק'ס כוחות, פון דעם עלעמענטארסטע, און נאר אויף גלויבן, שטארקן פילן, אכטען: אכטונג צו דין מאיעסטעט די פאלק'ס מאסן, צו זייער סביבה, זיטען, מנהגים, לעבן, פריידן און ליידן, קען געבויט ווערן דער שטארקער נאציאנאלער פאלק'ס פעסטונג, וועלכעס פילט זיך אין דער געטלעכער טרייסט מיט די ווערטער: ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם, לא מאסתם ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם...
בצאת ישראל ממצרים - לשנה הבאה בירושלים.