לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו פסח מצה רוח הקדושה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


פסח, מצה, רוח הקדושה

דבר אל כל עדת בני ישראל קדושים תהיו כי קדוש—ה'...(קדושים) ונקדשתי בתוך בני ישראל...

די סדרה פרשת קדושים, וועלכע נעמט ארום, כמעט, בלויז ענינים דינים פון די באציאונג פון מענטש צו מענטש, - ווארום אפילו דער שמירת שבת און דיני ערוה, ד. ה. דאס פאמיליע באציאונגען (ערות), איז אויך אין תוכן, א מענטשלעכע אידישע יסוד, הויבט זיך אן מיטן באגריף קדושים, הייליק זאלט איר זיין..., און ווען מען לערנט דורך די סדרה, זעט מען, אז מען ברויכט ניט צו זיין א גאון א צדיק, נאר מען קען זיין א פשוטער איד, א ערלעכער גוטער איד, פון דעם עמך, און מען זאל קענען האלטן די מצוות פון דער סדרה קדושים, מען זאל קענען ווערן אנגערופן א קדוש, א הייליקער איד, מיר געדנקן נאך גוט די פשוטע אידן די פאלק'ס אידן! שניידער, בעקער, סטאליער און בעלי בתישע סוחרים א. א. אויף וועמען מען קען זאגען די פאלק'ס אידן מיט זייערע הייילקע נשמות...

יא! מיר אלע האבן אזעלכע אידן גוט געקענט!... דעריבער איז אין די סדרה געזאגט אין איינזאמלונגען פון אלע אידן, כל עדת בני ישראל, ווייל די הויפט פרינציפן דינען אין דער סדרה קדושים... (ועיין רש"י שם), און דער אנהויב איז, אלע אידן זייט הייליק, ווייל איך גאט, בין הייליק (וע' במדרש שם) און ווי ווייט דער מענטש, דער בשר ודם זאל ניט זיין פון דעם העכסטן באגריף פון אבסאלוטן געטלעכען הייליקטום, איז די לערע פון דער סדרה קדושים, די שטאפלען פון דער לייטער אויף וועלכן דער מענטש קען אנהויבן גיין, כמעט, ביז דער העכסטער מדרגה פון קדושה... און ער מוז קודם כל, צו גיין מיט דער יסוד, פונדאמענט, פון הייליקייט. ד.ה. די נשמה, וואס לייטערט אויס מיט זיינע מעשים, מחשבות, אפילו די אלטעגלעכע מעשים, פשוטע מאטריעלע מעשים, גוטע מידות, ערלעכע באנעמונג פון מענטש צו מענטש, מוז אלעס האבן א נשמה-קדושה, וועלכעס עס זאל אים דאס באוועגען צו טאן, און זאל ניט זיין א מעכאנישע ארבעט... אן פארשטאנד, מוח, פילונג... די סדרה קדושים אנהויבנדיק פון רעספעקט פאר טאטע מאמע און פארן אידישן שבת - איש אמו ואביו תראו ואת שבתותי תשמורו ביז לא תגנבו, לא תשקרו לא תעמוד על דם רעיך. ואהבת לרעך כמוך - אויף וועלכן דער גרויסער תנא ר' עקיבא, וואס האט זיך מוסר נפש געוועזן אויף קדוש השם, זיין נשמה אויסגעהויכט מיטן ווארט אחד... האט ער געזאגט, אז דאס איז דער גרעסטער כלל יסוד אין דער תורה... מפני שיבה תקום והדרת פני זקן... רעספעקט פאר אלטע מענטשן, זקנים און תלמידי חכמים, מאוזני צדק - והין צדק... ערלעכע מאס וואג אין האנדל... — לאמיר זיך פארטיפן און לערנען פשוט די סדרה קדושים... וועט מען פיל צרות און אומגליקן אויסמיידן, און דאס אידישע פאלק וואלט געוועזן ריכטיק א גוי קדוש... אינטערעסאנט, אז כמעט, באך יעדעד פסוק פון מענטשלעכע באציאוגגען און דינים, שטייט געחתמעט אני ה', דעם געטלעכן נאמען.

אבער אן דעם באגריף פון קדושה, דאס הייליקייט פון גוף און נשמה, קען מען אפילו צו די פשוטע פארשטענדלעכע דינים, מנהגים אידישקייט ניט צו גיין... ווי עס ערקלערט איינער פון די גרעסטע מפרשים ביי אידן דער רמב"ן הקדוש, ער זאגט דעריבער שטייט אין דער סדרה: קדושים תהיו, ווייל מען קען זיין א נבל ברשות התורה... (וע' ברמב"ן שם והבן...) ד. ה. מען קען האבן אין זיך תורה און מצוות, און אפילו טיילמאל גוטע מדות... און דאך זאל מען זיין א מנבל, א מנוולדיקער מענטש, א אויסוואורף, דעריבער מוז מען ערשטנס האבן אין זיך די מידה פון קדושה - ריינקייט, דאן ווערן אלע מצוות און דאס תורה-לערנען באהעפט מיט געטלעכקייט, מיט קדושה עליונה... דאס איז דער אידישער אויפפאסונג, דער יסוד פון אידישן פאלק און זיין גאנצן באנעמונג, און דאס איז דער אונטערשייד פון תורת ישראל ביז מענטשלעכע תורות פון מדות, עטיק, גוטע מעשים... און די סדרה קדושים עגדיקט זיך מיט די ווערטער והייתם לי קדושים כי קדוש אני ה, ואבדל אתכם מכל העמים להיות לי... איר זאלט זיין צו מיר הייליק, איך טייל אייך אב פון אנדערע פעלקער - צו זיין צו מיר, דאס איז דער המבדיל בין קודש לחול בין ישראל לעמים...

דער תורה סיני באגריף, דעריבער הויבט זיך דער פרקי אבות - וועלכע מיר זאגן אין די זומער שבתים, מיט די ווערטער משה קבל תורה מסיני... דאס ווייזט אז אפילו גוטע מידות מוז אויך זיין אויפן יסוד קדושה תורה מסיני... ניט וואכענדיקע, עטיק, און חול'דיקע מדות, און דאס דערהאלט דעם נצחיות פון אידישן פאלק... אין אלע צייטן... ווייל ישראל קדושים הם און כל ישראל יש להם חלק - בקדושה עליונה - עולם הבא דאס איז דער חלק וואס יעדער איד האט אין דער קדושה עליונה און דער געטלעכקייט - כי קדוש אני - און אין ארץ ישראל ארץ הקדושה קדושת הנביאים... (וע' בספרי חסידים ומוסר, והבן).

מצה, זאלן מיר דעם פסח ווען מען מאכט א ברכה אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת מצה.... אויך אין זינען האבן אויף אונדזערע גייסטיקע אכילה! מצה מאכלא דמהימנותא... די גייסטיקע שפייז.. (המקובלים) זאגן אשר קדשנו במצותיו... זיין געהייליקט מיט קדושה, דעריבער איז פעסטגעשטעלט, אז מען זאל ניט זאגן קיין טעמים אויף די דינים פון דער תורה... פסק הלכה, אין דורשין טעמא בקרא, ווייל דער הויפט טעם איז דער קדושה יסוד, דאס איז דער טיפער אומענדלעכער, אומפארשטענדלעכע ניט באגרייפלעכער טעם, וועלכעס איז נצחיות א אייביקייט, ניט צום ענדערן, אייביק, ווי די געטלעכע קדושה אייביקייט. נצח ישראל - נצחיות דקדושה...

אידן לאמיר לערנען די סדרה קדושים, און פרק אבות, און דאס אריינעמען אין לעבן אין אונדזער אלטעגלעכן פשוטן לעבן, וועלן מיר ווערן א עם קדוש, בארץ הקדושה ובירושלים עיר הקודש - לשנה הבאה בירושלים.

קדושים תהיו!