פסח זמן חרותינו נאר נישט פארצווייפעלט

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


נאר ניט פארצווייפעלט. . .

(געווען געדרוקט אין די צייט פורים תרצ"ט, איז אויך היינט לכבוד פסח תשי"ז 1957 , מיט אייניקע הוספות אקטועל.)

ואמרתם זבח פסח—דער נס פון המנ'ס מפלה איז געקומען אין פסח.
קהל כנסה הדסה לשלש צום בפסח. . .
ראש מבית רשע מחצת בליל פסח. . .
שתי אלה רגע תביא לעוצית בפסח. . .
ואמרתם זבח פסח - (שיר בהגדה ליל ב׳ של פסח)
לך כנוס את כל היהודים!
צווישן טרויער און טרייסט, יאוש ותקוה

אבל גדול ליהודים, לו כנוס את כל היהודים, שמחה וששון ליהודים...
גרויסער טרויער צו די אידן, נעם צוזאמען אלע אידן
פרייד און הייטערקייט צו די אידן.

אזוי דערציילן די אגדות: ווען המן הרשע מזרע עמלק האט באוואויגען דעם קעניג אחשורוש, דעם אכזר וטיפוש, צו חתמ'ענען א דעקרעט להשמיד להרג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד, איז אין דעם לאגער פון די אכזריותידיקע שונאי ישראל געווען ששון ושמחה. מען האט געזויפן, געטרונקן און געשכור'ט. עס האבן זיך געפונען זריזין מקדימים אזעלכע, וועלכע האבן ניט געוואלט ווארטן אויף דעם באשטימטן שווארצן טאג, נאר זיי האבן שוין אנגעהויבן מארדן, שחטן רויבן - דערמיט וועט פאר שטאנען ווערן די מגילה, די נקמה פון די אידן און זייערע שונאים, להיות היהודים עתידים להנקם מאויביהם, והבן - און דאס אידישע פאלק האט אויך נאך ניט דערפילט די גרויסע טראגעדיע פילע זיינען נאך געווען פארשכורט פון די גרויסע סעודות, פייערונגען פון דעם קעניג, וועלכער האט געמאכט פאר אלע בירגער גלייך, און גלייכבארעכטיקט מיט ראנגען און טיטולען זיינען זיי געווען. אבער מרדכי הצדיק, דער שטאטסמאן, היושב בשער המלך, וועלכער איז געזעסן ביים טויער פון קעניג, איז ניט געווען פארבלענדעט פון דאס אלעס. ער האט געוואוסט, אז המן איז ניט קיין איינצעלנער אין שושן און אין אלע אנדערע מלוכות, ער האט פארשטאנען, אז די גזרה וועט מען איינפירן אומעטום מיט דער גרעסטער פינקטלעכקייט ביום אחד, און ס'איז ניטא אויף וועמען זיך צו פארלאזן. מען מוז פראטעסטירן, שרייען און בעטן. ער האט דערפילט, אז טראץ אלעס מוז געגען די ידים ידי עשו קומען דער הקול קול יעקב, דער געטלעכער נס, צו דעם פאלק החיים בנס, וואס לעבן אין נס תמיד, צום פאלק פון חנניה, מישאל ועזריה, וועלכע זיינען ארויסגערעטעט פון קאלך אויווען, די געטלעכע רעטוגג פון דניאל'ן וואס איז ארויס גאנץ פון לייבן גרוב, אן דעם וועלן אלע פראקטישע, דיפלאמאטישע האנדלונגען און אויסרעכענונגען ניט העלפן. די אכזריותדדיקע רשעים און די גזרה רעה וועט ניט געמילדערט ווערן. פילענדיק דאס האט ער געגעבן דעם נביאישן נשמה געשריי, דעם צעקה גדולה ומרה, דעם גרויסן ביטערן געשריי פון ממעמקים ומסתרים, וואס לייבען מוזען זיך דערשרעקן, פייערן מוזען פארלאשן ווערן. האבן די אידן דערפון דערזען און דערפילט די געפאר, די טראגעדיע. דאן האט מרדכי צוזאמענגערופן אלע אידן און צו זיי געזאגט ידוע תדע אחי בני ישראל, איר מיינע ברידער אידן זאלסט וויסן, אז ס'איז פאראן א דעקרעט אונדז אויסצוראטן אלע אין איין טאג, ווי שאף צו דער שחיטה זיינען מיר גלייך, מיר האבן ניט קיץ פירער וואס מיד זאלן זיך אויף אים קאנען פארלאזן, אז ער וועט אונדז רעטן. מיד האבן אויך ניט קיין נביא וואס ער זאל איצט פאר גאט פאר אונדז מתפלל זיין. אנה נלך ואנה נסתר. וואו זאלן מיר גיין? וואו זאלן מיר זיך באהאלטן? ווי יתומים זיינען מיר געליכן. מיר האבן אפילו ניט וואוהין צו אנטלויפן. מיר האבן זיך צו פארלאזן נאר אויף גאט און רחמים. און דאן האט ער גענומען א ספר תורה און געלייענט פאר די די תורה און דעם פסוק בצר לד ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים. . . ושבת, ווען עס וועט דיר ווערן ענג און עם וועט דיר טרעפן די אלע תוכחות אין אחרית הימים, וועסטו צוריקקערן צו דיין גאט. און מרדכי האט די געשטארקט מיט האפנונג און אמונה.

מרדכי האט אויך געשטארקט די אידישע יוגענד די זאלן ניט זיין פארצווייפלט, די זאלן גלויבן און ניט מורא האבן, ניט פארלאזן זייער פאלק, זייער גאט, די תורה, דעם נביאישן גייסט, ניט פאלן אין דער אסימילאציע, ניט בוקן זיך צו די רשעים, ניט קושן די רוט פון די פארשידענע פושעים.

ער האט אנגעצונדן דאס פייער פון באגייסטערונג און פון האפנונג אין דער אידישער יוגנד. ווען ער דערזעט דריי און פרעגט זיי, זיי זאלן אים זאגען דעם פראגראם, זייער פאלקם הימן, ענטפערט איינער אל תירא מפחד פתאום האב ניט קיין מורא פאר דער פלוצלונגער שרעק, ומשואת רשעים כי תבא, און דער צווייטער זאגט עצו עצה ותופר, דברו דבר ולא יקום כי עמנו אל, די שונאים וועלן זיך באראטן. אבער עס וועט גארניט זיין. ווייל גאט איז מיט אונדז. און דער דריטער זאגט, ועד זקנה אני הוא אני אשא ואמלט, גאט איז שטענדיק, אין אלע צייטן, ווערט ניט אלט, איך וועל זיי באשערמען. דאס האט מרדכי'ן באגייסטערט, געשטארקט זיין גלויבן, אז די שונאים וועלן האבן א מפלה און א געטלעך נס וועט געשען. דער טאג פון טרויער וועט ווערן א יום־טוב. (על פי אגדות שונות, תרגום שני אסתר).

און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט אסתר המלכה, איז זי אויך געגאנגען בעטן, פראקטישקייט, דיפלאמאטיען אבער זי האט אויך געוואלט, אז מען זאל זיין צוגעגרייט מיט דעם אידישן געווער, דעם הקול קול יעקב, מיט פאלקס אחדות, מיט תשובה תפלה וצדקה. זי מוז וויסן, אז דאס גאנצע פאלק איז פאראייניקט אונטער זיי אלע, און דאן וועט זי אין כוח פון אידישע זכותים, פון דעם אידישן נצח ישראל, אז כי לא אלמן ישראל, שומר ישראל, וועט דער נס געשען. נאך א צוגרייטונג פון דריי טעג, לויט אלטע אידישע טראדיציע (הכנה לקבלת התורה שלשה ימים (הכנה לקבלת התורה שלשה ימים ועוד והבן.) האט זי זיך אנגעטאן און איינגעהילט אין הייליקייט (תלבש אסתר מלכות לבשה רוח הקדש והבן) און געטראכט ווי אזוי עפעס דרך הטבעדיק, אויף א נאטירלעכן אופן ריידן דיפלאמאטיש און וואס אנצואווענדן כדי צו קענען ווירקן. האט זי דערזען די צלמים עבודה זרה'ס און געגעבן דעם געשריי אלי אלי למה עזבתני, גאט מיין גאט, וואס האסטו מיך פארלאזט (תהלים כ"ב עפ"י מדרשים, והבן). און עס האט זיך אנגעהויבן דער שטראל פון קרן ישועה, פון הילף, פון ניסים און פון האפנונג.

בלילה ההיא נדרה שנת המלך אין דער נאכט האט דער שומר ישראל, דער מלך מלכי המלכים ניט געשלאפן. עס איז געשען הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל (נדדה שנת מלכו של עולם, תלמוד). דער געשריי, דער הקול קול יעקב האט ניט געלאזט שלאפן און אליהו הנביא איז די נאכט געלאפן צו די אבות און געשריגען געוועקט: ערו, ערו, שטייט אויף! זעט ווי אייערע קינדער די בני ישראל שרייען, וויינען דורך זייער גרויסער צרה, און צוזאמען זיינען זיי געאלפן וועקן משה רבנו, שטיי אויף! דו געטרייער פאסטוך, רועה נאמן, מנהיג, גואל ומושיע, זע די צרה פון דיין פאלק, העלף שרייען צום כסא הכבוד. און אלע צוזאמען זיינען אוועק צום כסא הכבוד, געשריגען עורה למה תישן למה תהיה כגר בארץ, דערוועק דיך, שטיי אויף דו שומר ישראל, וואס שלאפסטו וואס ביזטו ווי א פרעמדער. ואתה קדוש, ווי קענסטו זען ווי די רשעים טמאים זיינען אלץ מטמא, שענדן און גרייטן זיך צו מארדן און רויבן. און דעם געשריי האט דערהערט דער שומר ישראל און ריכטיק נדדה שנת המלך, און דער מלך יושב על כסא רחמים האט זיך דערוועקט, און אויך אלע מלאכים שרים, מליצי יושר, און עס האט זיך אנגעהויבן צו באווייזן דער מארגען שטראל אילת השחר (ע' במדרש והבן), און א נס איז געשען אונערווארטעט (= אומהאפענונג), ונהפוך הוא המן איז געפאלן ביזן אפגרונד – נפול תפול.

און די בני ישראל זיינען גערעטעט געווארן, ליהודים היתה אורה, שמחה וששון ליהודים, ליכטיק, פרייד, אחדות איז געבליבן, איש לרעהו ומתנות לאביונים, פארבונדן ברידערלעך סיי רייך און סיי ארעם. דאס אלעס איז געווען דער יסוד פון גרויסן נס (ובזה יובן לנו הרבה מנהגים ודינים בפורים). און איצט באחרית הימים, ווען עס איז אויפגעשטאנען דער יורש פון עמלק, די מאדערנע המנ'ס להשמיד להרג ולאבד את כל היהודים, אויסראטן אלעס. מיר זיינען ארומגערינגעלט מיט בייזע משוגענע הינט, ווילדע אקסען, ווי אין דעם מויל פון די שרעקלעכע לייבען זיינען מיר (תהלים כ"ב עפ"י מדרש והבן). מיר דערפילן, אז מיר זיינען ווי יתומים, מיר האבן זיך ניט צו וועמען צו ווענדן. מיר זיינען ווי אפגענארט. צו שאנדע און שפאט, טאקע די גאנצע תוכחה, און מיר זיינען ווי פארצווייפלט, יאוש'דיק, עלענד, טרויעריק און צובראכן. די שטראלן ווי פארלאשן. אלע האבן אונדז פארלאזט, אוועק פון אונז אונדזערע השתדלותן, פראקטישעס, אלעס. מיר דערזען איצט די צלמים, עבודה־זרה, די פרעמדע געטער דאס פארלאזן זיך אויף פרעמדע נדיבים. ברויכן מיר געבן דעם געשריי, אלי אלי למה עזבתני! אבל גדול ליהודים. - הושיעני מפי. . . אריה. . . כי לד' המלוכה ומושל בגוים (תהלים כב.)

אבער מיר טארן ניט פארלירן די האפנונג. מיר מוזן זיך שטארקן אין געטלעכן גייסט. עם מוז זיך העדן דער ממעמקים קול, דער רוף פון געציילטע יחידים, פון די עכטן פאלקס אידן. לך כנוס את כל היהודים! צוזאמענשליסן דעם גאנצן כלל ישראל, מיט אמתע אידישע פאלקסטימלעכע אחדות ואהבת ישראל איש לרעהו. . . נאר דורך אמת פאלקסטימלעכע פאראייניקונג ואהבת ישראל, פון רייך און ארעם, פרייגעזאנענע און פרומע, אלט און יונג, קען דער כנסת ישראל, דאס אידישע פאלק גערעטעט ווערן. זאלן מיר צוזאמען געפאנצערט אין גלויבן, געשטארקט מיט תקוה, באגייסטערט מיט נביאישע נחמה, זאגען דעם אומשטערבלעכן געטלעכן הימן כי עמנו אל. . . ואמלט, און דאן וועט געוויס געשען, אז אויך אין דער איצטיקער פינסטערער נאכט ״בלילה ההוא וועט דער שומר ישראל זיין וואך צו באזייטיקן די געפאר מצד די אכזריותדיקע שונאים, און דער נס צום אייביקן נסים פאלק, וועט געשען, די צוררי היהודים וואס ווילן אונדז אויסראטן וועלן האבן טאקע אזא מפלה ווי המן און דאס אידישע פאלק וועט גערעטעט ווערן. דער מארגען שטערן אילת השחר וועט אויפשיינען און ס'וועט ליכטיק מערן (נפול תפול אומה זו כשהם יורדים יורדים עד לעפר וכשהם עולים עולים עד לכוכבים), וויל מיר זיינען געגליכן צו שטויב אויף דער ערד און ווי די שטערן אין הימעל. . . ליהודים היתה אורה - שמחה וששון ליהודים! בימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות. . .