לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו בריוו ב פון הלל צייטלין

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


א ברויוו פון הרב יהושע שפעטמאן צו ר' הלל צייטלין און זיין ענטפער.

מיינס א בריוו צו ה' הלל צייטלין, הי"ד און זיין ענטפער....

פרייטיק 14-טן יאנואר 1927

אין דעם מאמענט ווארשע, איז געדרוקט געווען דער בריף.

דאס ארטיקל זיינס הויבט דיך אן אונטערן קעפל ווער וועט טרייסטן דעם טרייסטער... פון הלל צייטלין.

דער בריוו

וואס זע איך איצט? אנטוישונג... צעבראכנקייט, פארפוילקייט, עצמות יבשות, א בור רק פול מיט נחשים ועקרבים, א גייסטיקער זעלבסטמארד, א מרה שחורה'דיקע צעבראכנקייט, ניט צו זען קיין ברעקל שיין פון תקוה. אלע זיינען ווי א פארלאזטע סטאדע מיט א בלינדן פּאסטוך. אלע בלאנדזשען אויף קרומע און וויסטע מדבר וועגן: א שוידער גייט דורך מיינע ביינער צוזעענדיק, וואס דא קומט פאר... במסתרים תבכה נפשי, און דא געפינט זיך ניט קיין איינער, וואס זאל זיך געבן א הויב מיט אדלער-פליגלן כנשר יעיר קנו, און זאל זאגען די געטלעכע טרייסט ווערטער נחמו נחמו עמי, יא, מען מוז טרייסטן, וועקן, רופן, שטורמען, ניט לאזן רוען ביז עס וועלן זיך עפענען די קברים, און מיט דעם גרויסן טרייסט ווארט טרייסטן אידן אויך מיט ארץ ישראל, ווארום מיט דעם פּאלן פון דער ארץ ישראל שטימונג, פאלן אויך אלע האפנונגען.

דער ענטפער

אויף דעם גייט זיין זייער אינטערעסאנטער כאראקטעריסטישער ענטפער – אויב עס גייט אין די אלטע ישועות ונחמות וואס זיינען געזאגט געווארן דורך די נביאים, חכמים און צדיקים, זע איך ניט ווי אזוי זיי קענען אראפּקומען פון די עולמות עליונים, אין דעם גרויסן גאנג פון דער געשיכטע זיינען זיי געוויס דא, די היינטיקע אידישע מאסן מיט זייערע פירער, סיי פון רעכטס, סיי פון לינקס, און סיי פון מיטען, זיינען אבער לחלוטין נישט פייאיק אויפצונעמען זיי, און ווען עס קומען אראפּ אורות און עס זיינען ניט דא קיין כלים, וואס זאלן זיי מקבל זיין ווערן זיי נסתלק, ווען עס זיינען יא דא די כלים, נאר זיי זיינען שוואך, ווערן די צעבראכן, פיל אנטוישונגען פון דער מאסע זיינען אויך מיינע אנטוישונגען, דאך פיל איך אז עס גייען אראפּ גרויסע אורות אויף דער וועלט, און אויב די מאסע זיינען ניט פייאיק אויפצונעמען זיי, וועלן זיך דאך, פריער אדער שפּעטער, געפינען יחידים, וואס וועלן זיי אויפנעמען, פאראייניקטערהייט און פונאנדער טראגן זיי שפּעטער אין די מאסן. אזוי איז געשען בשעת דער אנטפלעקונג פון דער קבלה פון סוף אלף החמישי און אין אנהויב פון אלף הששי, ביז די יארן פון התגלות הבעל שם, און אזוי וועט עס געשען אויך אין אונדזעדע צייטן, צו מיט א פּאר יאר פרי'ער צו מיט א פּאר יאר שפּעטער.

(געוועזען איבערגעדרוקט אין די צייט פרייטיק 10-טן יולי 1936)

(זע דעם מאמר חבלי משיח והגאולה אין דיזן קונטרס...)