לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו בריוו ג פון הלל צייטלין

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


16-טן יאנואר, 1934

טייערער פריינד, ר' יהושע שפעטמאן!

איך שרייב אייך יעצט אידיש און ניט העברעאיש ווי עס פירט זיך צווישן בני־תורה, ווייל איך וויל מיך מיט אייך דורכריידן אויף דער אומגאנגס-שפראך אונדזערער, כדי מיינע ווערטער זאלן ארויסקומען איינפאכער און עכטער, מיט אן אלטן גוטן פריינד באדארף מען נאר אזוי צו ריידן. איך האב אייך אומגעהויער פיל צו זאגן, און דעריבער שרייב איך כמעט ווי גאר ניט, ווארום אם יהיו כל הימים דיו וכו' וכו' (ווען אלע ימים זאלן זיין טינט - י. ה. ש.) קען מען דען אויסשרייבן און ארומשרייבן אלץ, וואס עם טוט זיך יעצט ארום אידן און צווישן אידן? וואס זיינען אלע אמאליקע קנות, אפילו די קנות פון תתנ"ו און ת"ח ות"ט וכו' ( - די טראגישע געשעענישן אין אידישן גלות לעבן - י. .ה. ש - ) קעגן דעם, וואס מען וואלט באדארפט יעצט צו זאגן וועגן דער אומטרעגלעכער לאגע פון אידן פון וועלכער עס איז דערביי על פי דרך הטבע קיין שום אויסוועג ניטא? און וואס באדייט אלע אמאליקע תוכחות פון די נביאים קעגן דעם, וואס מען האט באדארפט צו זאגן צוזעענדיק די יעצטיקע גייסטיקע צופאלנקייט פון אידן און דער גייסטיקער טויט ח"ו,׳ וואס לויערט אויף גרויסע אידישע מאסן, אויב זיי מעלן ניט נתעורר ווערן צו אמתער תשובה דורך אוועקווארפן אלע זייערע יעצטיקע פארטיי עבודות זרות, און אומקערען זיך צום אלקי ישראל באמת ובתמים דורך שטרענגע ריינקייט פון הארצן און אמתן שלום, און אמתער אחדות?

איר לייענט, אפשר, אמאל דעם מאמענט, האט זיך אייך געוויס געמאכט צו לייענען דארט מיינע ארטיקלען, וואט איך האב געדרוקט דעם פארגאנגענעם זומער, א. נ. בריף צו די, וואט קענען נאך פארנעמען שטילע ווערטער, און די ארטיקלען מיינע וואס איך דרוק יעצט כסדר א. נ. די צען פּונקטן פון מיין רעטונגס פראגראם, וואט קומט אבער פון דעם אלעמען ארויס? אמאל איז געוועזן מיין שטים א קול קורא במדבר היינט איז אבער מיין שטים טויזנטער מאל ערגער ווי א קול קורא במדבר היינט איז מיין קול, א קול קורא במשוגעים-הויז... געפעלט אייך עפעס אזא מין עבודה? געפעלט אייך עפעס אזא מין טאג-טעגלעכע ארבעט אויפצוקלערן און דורכלייטערן הונדערט פּראצענטיקע משוגעים? - - - וואס קענט איר מיר העלפן? און וואס קען מיר עמיצער העלפן אויסער השי"ת, עס דאכט זיך אבער אויס, אז עס ווערט זיך עטוואס לייכטער, ווען מען רעדט זיך אביסל אראפּ פון הארצן, בפרט פאר א אלטן עכטן גוטן פרינד.

יעצט האב איך צו אייך צוויי בקשות: איינע: ווי אייך איז באקאנט האב איך נאך אין יאר תרפ"ח אפּגעדרוקט די ערשטע אויסגאבע פון מיין דבר לעמים, אין יענעם ספר איז דארט דא א פרק לאנגלים, יעצט איז דער דערמאנטער פרק - א באזונדערער דבר בעתו, האב איך אים איבערגעדרוקט אין אידיש, און האב אים אפּגעדרוקט אין א מזרחיסטישן וואכנבלאט וואס דערשיינט יעצט אין ווארשע מיט אייניקע זייער שטראקע הוספות, שיק איך אייך דעם צו, אט דעם רוף – צו ענגלענדער, און בעט אייך בשם כל היקר והקדוש: זוכט אויף עפּעס א אידן, וואס קען גוט גוט אידיש און גוט גוט ענגליש, וואס איז דערביי א איד כמו שנאמר, זאל ער אט די ענגלישע איבערזעצונג אפּדרוקן ערגיץ אין א ענגלישן בלאט, אויב מעגלעך טאקע, אין א ענגלישן ממש, ניט אין א אידיש-ענגלישן, זאל ער נאכער נעמען און אוועקשיקן אט דעם רוף צו אלע בעסערע גדולי אנגליה, זאלן די אמאל ( - זעהען - ) זואס עט טראכט אן אמת'ער איד וועגן יעצטיקן ענגלאגד, און זאלן די זיי טאקע טיפער און ערנסטער פארטראכטן איבער דעם וואס ענגלאנד טוט יעצט מיט ארץ ישראל - - - טאמער וועט איר דערין אויך עפּעס מיטהעלפן און צואיילן - וועט איר טאן א דבר גדול.

אייער אמת'ער פריינד, הלל צייטלין.

דאס געדרוקטע ארטיקל צו די ענגלענדער אין מזרחי וואכנבלאט די אידישע שטימע ווארשע, כ"ז כסלו תרצ"ד, דעצעמבער 1933 , - דאס ארטיקל את דא ביי מיר. צוליב טאקטישע פארשטענדלעכע טעמים, מוז איך זיך דערווייל אפּהאלטן פון איבערדרוקן, כאטש עם איז א דבר בעתו, און זייער אקטועל.