לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו חבלי משיח והגאולה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


חבלי משיח והגאולה. . .

(געדוען געדרוקט אין די צייט 1941, אויך אקטואל היינטיקע צייט, שנת – בישראל חי וקים – תשי"ז, דער אוד והתגלות אורות וכלים. . . די פקידה, עיקבתא דמשיחא, דורך אחדות ותשובה עילאה, דער וועג צו דער גאולה ברוחניות ובגשמיות - גאולה שלימה מדינת ישראל ומלכות ישראל. . . אורו של משיח כילד המשיח. . .)

רעיונות צום היינטיקן טראדיציאנעלן תענית, סליחות, כ' סיון, תש"א.
והיה ביום ההוא, אתן לגוג. . . מקום שם קבר בישראל. . . (יחזקאל ל"ח)
א

קולות פון בלוט, טרערן! קלאנגען פון האפנונג, טרייסט - דאס איז דער טיפער גלויבן פון אידישן פאלק, וואס ווערט גערופן משיח גלויבן. חבלי משיח און גאולה! אין יעדער צייט פון גרויסע אידישע פאלקס טראגעדיעס, אינערהאלב די וועלט קאטאסטראפע, ווייזט זיך ארויס, אז צוזאמען מיט די גרויסע פאלקס ווייען, ליידן, חשכות, פינסטערניש, חבלי משיח, באווייזן זיך אויך אודות, פונקען פון ליכטיקייט, קלאנגען פון טרייסט און האפנונג, נחמה, גאולה.

דער טראדיציאנעלער תענית סליחות טאג פון כ' סיון, וואס פאראייביקט די עראינערונג פון בלוטיקע אכזריות, וואס איז געווען אויף דעם אידישן פלאק אין שנת ת"ח, ווען דורך די ווילדע חיות רעות, די היידעמאקעס, געפירט דורך דעם צורר היהודים כמעלניצקי א. א. דורך פארראט פון אנדערע. . .

זיינען אויף דער פוילישער און אוקראינער ערד געווארן אויסגעשאכטן, געמארדעט, הונדערטער טויזנטער אומשולדיקע אידן, אלט, יונג, מענער און פרויען; געשענדעט, גערויבט, פארוויסט פילע הונדערטער קהילות, און דער רוב מנין ורוב בנין פון אידישן פאלק זיינען פארארעמט און צעבראכן געווארן, ווי עס ווערט באשריבן פון די היסטאריקער פון יענער צייט (ספר יון מצולה א. א.) אויף דעם חורבן פון שנת ת"ח איז פון די גדולים פון יענער צייט באשטימט געווארן דער כ' סיון פאר א תענית און סליחות, זאגאר א ספעציעלע תפילה, אל מלא רחמים איז פארפאסט געווארן אין אנדענקונג אויף יענע הונדערטער טויזנטער פאלקס קדושים, וועלכע זיינען געפירט געווארן פון די ריכטיקע פאלקס מנהיגים, הייליקע וואס זיינען געווען צוזאמען מיט די פאלקס אידן - ניט אנטלאפן. . . האבן זיי מקדש השם און זיך מוסר נפש געווען פאר די אידישע הייליקטימער, און עס האט זיך דאן אנגעהויבן א משיח בענקעניש, משיח טרוים, משיח-קלאנגען. זאגאר די גרעסטע מקובלים האבן געפונען רמזים, אנדייטונגען, אז גראדע דאס יאר ת"ח איז א גאולה יאר. . . (וע' בזוהר פ' בהר על הפסוק בשנת היובל הזאת ובתהלים אם תחבה עלי מחנה בזאת, זאת בגימטריא ת"ח ועוד בספרי מקובלים שונים).

דאן איז געשען דאס זאנדערבארסטע אין דער אידישער גלות געשיכטע, די באוועגונג פון שבתי צבי, וועלכער איז דורכגעפאלן, און איז געבליבן דער פאלשער משיח, אבער דער גרעסטער אין דער געשיכטע פון פאלשע משיחים. די סיבה איז, ווייל ער איז ניט געקומען פון די פאלקס לאזונג אכטונג צו די פאלקס מאסן, פשוט'ע פאלקס אידן, די פאלקסטימלעכע אהבת ישראל. . . ער האט זיך ניט אראפגעלאזט צווישן די פאלקסטימלעכקייט, ווי ס'איז דער קבלה'שער אויסדרוק. די אורות זיינען געווען גרעסער ווי די כלים, האבן די כלים געפלאצט, שברי כלים, אויפן פארשטענדלעכן לשון הייסט עס, די קראפט פון די ליכט איז שטארקער ווי דער לאמפ, מוז דאס פלאצן. . . און די באוועגונג האט זיך געענדיקט מיט זער טרויעריקע רעזולטאטן. אבער באלד איז געקומן דער גרויסער פאלקס איד, דער בעל שם טוב פון די פאלקס מאסן, פון פשוטן פאלק, מיט פשוט'ע פאלקסטימלעכקייט און אהבת ישראל, און געשאפן דעם גרויסן אור החסידות, די ליכט צוגעפאסט צו די ״כלים״, און עס האט אנגעהויבן נתגלה ווערן דער אור פון מלך המשיח, שמחה, אהבת ישראל, מען קען ריכטיק זאגן אז דאס חסידות האט ארויסגענומען דאס פאלקסטימלעכע אידנטום פון גלות און געמאכט א וועג פאר'ן מלך המשיח צו עיקבתא דמשיחא די טריט פון משיח וגואל צדק. (הרעיון הזה הוא בתורת החסידות), דעריבער איז ביי חסידים און אין די חסידישע ספרים אזוי טיף במעמקים ובמסתרים איינגעווארצלט דער ירושלים של מעלה, ארץ ישראל אהבה, און ווי ס'איז באוואוסט איז דער בעל שם טוב אליין געפארן נאך ארץ ישראל (מעשיות וכתבים מהבעש"ט על נסיעתו) און עס האט זיך אנגעהויבן די עלית החסידים וואס איז דורכגעדרונגען מיט התלהבות, ברען. דער עקסטאז פון די היינטיקע יונגע-אלטע חלוצים אין ארץ ישראל איז אין גרונד גענומען א חסידישע התלהבות דורכגענומען מיט שמחה אהבת ישראל, חדות החיים, לעבנס ריידן, געזאנגען און פריילעכקייט.

דאס האב איד דערזען, ידען איד בין געוועזן אין 1953 אין ישראל. . .

ב

געקומען איז אונזערע צייטן די פאריקע וועלט מלחמה, און די ערד פון פוילן, אוקראינע, איז דורך די ווילדע רוצחים באנדעס פעטלורא, דעניקין. באלוכאוויץ א. א. געווארן דורכגעווייקט מיט אומשולדיק אידיש בלוט. מער ווי זעקס הונדערט טויזנט אידן - לויט באלערנטע היסטארישע קוועלן - זיינען געמאטערט, גערויבט, געשענדעט געווארן, צענדליקער טויזנטער אומגליקלעכע אלמנות, יתומים זיינען געבליבן, הונדערטער אידישע קהלות זיינען חרוב און פארוויסט געווארן און ליידער האבן די ציוויליזירטע אייראפע און אמעריקע געשוויגען, און צו אונדזער גרויסער חרפה, דורך א טייל אידישע פירער, שתדלנים, האט מען אפילו ניט געלאזט אויפהויבן הויך די שטים פון בלוט. . . אבער אין דעם חורבן האט מען אויך דערהערט קלאנגען פון האפגונג. די טריט פון עקבותא דמשיחא, און עס האט זיך אנגעהויבן א שיבת ציון באוועגונג, ביי דעם גאנצן אידישן פאלק, אלט יונג, פריי, פרום, אפילו ביי די קעגנער - איז אויך אין די טיפענישן פון הארץ געקלונגען גאולה טענער, אין די חשכ'דיקע ערטער, האט זיך באוויזן פונקן פון אור של המשיח. . . צענדליקער הונדערטער טויזנטער אידן פון אלע וועלטס טיילן, קלאסן, שיכטן, האבן מיטגעמאכט די שיבת ציון, עס האט זיך אנגעהויבן גרויסע ריכטיקע רמזים אנווייזונגען, צו דער אמת'ער גאולה, ווי אין תלמוד סנהדרין צ"ח זאגט דער גרעסטער סימן פון קץ הגלות, משיח מאמענט', אז מען זעט אז עס וועט מקוים ווערן די ווערטע' פון נביא יחזקאל! די בוימער וואקסן, די צווייגען גיבן שיינע פרונט, איז די ישועה נאענט, די גאולה קומט. . . די באוועגונג האט אויך מיטגעמאכט פיל טרויעריקע בלוטיקע מאמענטן אבער אין די שטים פון בלוט האט זיך דערהערט קלאנגען פון גאולה, טרייסט, העלדישקייט, האפנינג, גלויבן, שטארקייט. (זע קונטרס האמת א. ב. ג. 1942)

ג

אין דער היינטיקער מלחמה, די ריכטיקע מלחמת גוג ומגוג, ווען כמעט אלע לענדער און אלע פעלקער זיינען פארמישט, ווי עס ווערט דערקלערט דאס ווארט גוג מאכט גוי,וקהל גוים, ומגוג מלכי גוי וקהל גוים, ד.ה. דערזאמלונג פון אלע פעלקער און שטאטן, מלכים, און דאס אידישע פאלק איבערהויפט דאס גרויסע פוילישע און מזרח אידנטום, דער שטאלץ, שיינקייט, שעפערישע קראפט פון יודנטום - דער רעזערוואואר פון וועלטס פון אידנטום אויף אלע גייסטיקע קולטורעלע פאלקסטימלעכע געביטן אידישן פאלק, דאס אמת'ע פאלקסטימלעכע יודנטום איז דער אייביקער בוים פון פאלקסטימלעכקייט און אידישער שאפונג מח, כח, גייסט, אומשטערבלעכקייט. אט דאס יודנטום, ליידעט אם שווערסטן אומגליקלעכסטן געליטן טויט, הונגער, שלאפקייטן, פיין, שאנדע, שפאט, און די פארשידענע מיטלאלטערלעכע באנייטע פינסטערע געטעס, די אמת'ע קאנסעקווענצן פון חבלי משיח וואס איז פאראויסגעזען דורך אונדזער גרויסע משיח טרוימער, משיח דענקער און אויך יעצט, ווען עס האט זיך אנגעהויבן צו דערנענטערן די מלחמות גוג ומגוג צו דער אידישער ערד ארץ ישראל, און עס הויבט זיך אן א רעש גדול, גרויסע קעמפע, שטורמען ארום די טויערן פון ארץ ישראל. . . . און די הערצער פון א האלב מיליאנען אידן - כן ירבו - אין ארץ ישראל און אלע אידן אויף דער גאנצער וועלט האבן א ציטער געגעבן, שווערע פינצטערע שווארצע וואלקענס נעמען ארום דעם אידישן הימעל, און דעם חבלי משיח, טארן מיר אבער ניט זיין פארצווייפלט, מיר מוזן צוזאמען מיט דער שטים פון בלוט, טרערן, העדן די קלאנגען פון טרייסט, האפנונג, גאולה. זאלן מיר הערן די אייביקע טרייסט ווערטער, פון נביא (יחזקאל ל"ח) גאט וועט נעמען נקמה. . . אלעס וועט ציטערן דער ים, עופות אונטערן הימעל.״ אלעס אויף דער ערד. . . בערג. . . הויכע טורעמס, וואלקען קראצער דורך בלוט, פייער, שוועבל, שטיינער פון הימעל, אבני אלגביש - באמבעם. . . רעוואלוציעס, אויפשטאנדן, חרב איש באחיו תהיה. . . אינערלעכע פארראטן. . . און אלע וועלן זען דעם געטלעכן משפט און די הילף פון אידישן פאלק - זעט די קאפיטלען ל"ח, ל"ט יחזקאל.

זאל אין היינטיקן טראדיציאבעלן סליחות זאגען געשטארקט ווערן דער פאלקסטימלעכער גייסט, אהבת ישראל, געשטארקט ווערן די האפנונג, גלויבן אין נצח ישראל אז אזוי ווי מיר הערן די שטים פון בלוט און טרערן, וועלן מיר אויך הערן די קלאנגען פון טרייסט, האפנונג. אזוי ווי מיר האבן דערלעבט צו זען די חבלי משיח וועלן מיר דערלעבן צו זען די אמת'ע גאולה אויף די יסודות פון די אידישע נביאים, שלום, יושר, משפט צדק, חבלי משיח והגאולה. אויך דאס היינטיקע יאר תשי"ז - 1957 איז חבלי משיח והגאולה. . . עם ישראל – אחדות - פנו דרך לגאולה שלימה. . .